"ראָמאַנישעס קאַפֿע", בערלין 1930 |
די רייד וועט גיין ניט וועגן דעם מערבֿ-ייִדיש, אויף וועלכן מע האָט גערעדט און געשריבן אין די גערמאַניש-שפּראַכיקע לענדער. מערבֿ-ייִדיש אין דײַטשלאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע מעשׂה. אָבער מיר ווילן באַרירן די ראָלע פֿון בערלין אויף דער מאַפּע פֿון דער קולטור, געשאַפֿן אויף "אונדזער" ייִדיש, דאָס הייסט, אויף דער שפּראַך פֿון די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן.
מיזרח-ייִדיש אין דײַטשלאַנד איז אַ מעשׂה בתּוך-מעשׂה, מחמת ס׳איז פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל היסטאָרישע פֿאַקטאָרן. נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָט זיך בײַ אייניקע דײַטש-ייִדישע אינטעלעקטואַלן אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישקייט. מענטשן פֿון דײַטשישער קולטור, זײַנען זיי צעמישט געוואָרן אין זייערע זוכענישן פֿון דער אייגענער אידענטיטעט. עס האָט זיך זיי אויסגעוויזן, אַז אַן ענטפֿער קען מען געפֿינען אין דער "עכטער", שטעטלדיקער סבֿיבֿה. דאָס מיינט ניט, אַז מע האָט גענומען מאַסנווײַז לערנען ייִדיש. בעסער האָט מען געלייענט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, בפֿרט די חסידישע מעשׂיות, פֿאַרדײַטשט דורך מאַרטין בובער.
ייִדיש איז געוואָרן נאָך וויכטיקער אין דעם סדר־היום פֿון דײַטשלאַנד אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. די פּראָפּאַגאַנדיסטישע מאַשין פֿון דער דײַטשישער מלוכה האָט געפּרוּווט אויסנוצן די לינגוויסטישע קרובֿישאַפֿט צווישן ייִדיש און דײַטש, כּדי אויפֿוועקן בײַ די רוסישע ייִדן סימפּאַטיע צו דײַטשלאַנד. אין וואַרשע, ווילנע און אַנדערע שטעט און געגנטן, וועלכע זײַנען געווען אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, האָט מען אונטערגעהאַלטן (צו מאָל אַפֿילו פֿינאַנציעל) די ייִדישע פּרעסע און קולטור-אינסטיטוציעס. צו דער אַרבעט האָט מען צוגעצויגן אויך די דײַטשיש-ייִדישע אינטעלעקטואַלן, למשל, דעם שפּראַכקענער שלמה בירנבוים, וואָס זײַן פֿאָטער, נתּן בירנבוים, האָט געהאַט איניציִיִרט די טשערנאָוויצער ייִדישע שפּראַך-קאָנפֿערענץ אין 1908.
"אָסט-יודען" אין בערלין
נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד בכלל און אין בערלין בפֿרט האָבן זיך באַזעצט טויזנטער פּלטים פֿון מיזרח-אייראָפּע. צווישן זיי זײַנען געווען אויך ניט ווייניק טוער פֿון ייִדישער קולטור. די היפּער-אינפֿלאַציע, וועלכע האָט דעמאָלט געפּלאָגט די עקאָנאָמיע פֿון דײַטשלאַנד, האָט גלײַכצײַטיק געבראַכט רווח פֿאַר ייִדישע פֿאַרלעגער. עס האָט זיי געלוינט צו דרוקן אין דײַטשלאַנד ביכער און עקספּאָרטירן זיי אין אַנדערע לענדער. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט בערלין אויף אַ קורצער צײַט פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט אין דער וועלט (אויפֿן ערשטן אָרט איז געווען וואַרשע) לויט דער צאָל פֿאַרעפֿנטלעכע ייִדישע ביכער.
צווישן די מערבֿ-אייראָפּעיִשע גרויסע שטעט איז בערלין געווען אַ יוצא-מן-הכּלל אויך צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד. דיפּלאָמאַטן, שרײַבער, קינסטלער, געשעפֿטלײַט און שפּיאָנען פֿלעגן רעלאַטיוו פֿרײַ צירקולירן צווישן רוסלאַנד און דײַטשלאַנד. נײַע סאָוועטישע פֿילמען האָט מען געוויזן אין בערלינער קינאָס. אַ בערלינער תּושבֿ האָט געהאַט אַ צוטריט צו פֿרישע סאָוועטישע צײַטשריפֿטן. וועגן די געשעענישן אין דער סאָוועטישער מדינה און אין מיזרח-אייראָפּע בכלל האָט מען געקענט שרײַבן, ניט אַרויסגייענדיק פֿון אַ קאַפֿע-הויז.
קיין חידוש ניט, אַז אין בערלין האָט זיך צונויפֿגעקליבן אַ גרויסע קאָלאָניע זשורנאַליסטן, וואָס זייערע אַרטיקלען פֿלעגן זיך צעגיין איבער דער גאָרער וועלט. די שטאָט איז אויך געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישן זשורנאַליזם. בראָש דער גרופּע ליטעראַטן, וואָס האָבן מיטגעאַרבעט מיט "פֿאָרווערטס", איז געשטעלט געוואָרן דער געלערנטער און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי (אָדער לעשטשינסקי).
לעשצינסקי איז געווען גאָר ניט דער איינציקער "פֿאָרווערטס"-שרײַבער אין בערלין. אַ געוויסע צײַט האָט פֿאַר דער צײַטונג געשריבן דוד בערגעלסאָן. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט אַרײַנשיקן אַן אַרטיקל דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו. מאַקס ווײַנרײַך האָט געשריבן וועגן כּלערליי געשעענישן פֿונעם דײַטשישן לעבן. זײַנע אַרטיקלען פֿלעגט ער אונטערשרײַבן מיט פּסעוודאָנימען — שׂרה ברענער, יוסף פּערל און א. בערמאַן. אויך אַנדערע ייִדישע צײַטונגען האָבן געהאַט בערלינער קאָרעספּאָנדענטן.
"ראָמאַנישעס קאַפֿע"
די ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט געהאַט אַ פּאָר ערטער, וווּ מע פֿלעגט זיך צונויפֿקלײַבן. קודם-כּל, איז עס געווען דער "ראָמאַנישעס קאַפֿע", אָדער ווי די ייִדן האָבן עס גערופֿן "רחמנות-קאַפֿע". דאָס איז געווען אַן אָרט, באַליבט דורך די באָהעמע-לײַט פֿון דער גאַנצער שטאָט. אויף ייִדיש האָט מען דאָרטן גערעדט נאָר אַרום עטלעכע טישן. אין גאַנצן ייִדיש איז געווען דער "שלום-עליכם-קלוב". און געהאָדעוועט האָט מען דאָרטן בעסער, ווי אין דעם "ראָמאַנישעס קאַפֿע".
מע האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך דיסקוטירט, ווײַל פּאָליטיש איז עס געווען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער עולם. דערצו האָבן אייניקע ליטעראַטן אין געוויסע מאָמענטן געביטן די אָביעקטן פֿון זייערע סימפּאַטיעס. און דאָך האָט מען זיך, בדרך-כּלל, געקריגט אַזוי, מע זאָל זיך אין גאַנצן ניט צעקריגן. בערלין איז געווען באַקאַנט ווי, אפֿשר, דער סאַמע טאָלעראַנטער מקום אין דעם גאַנצן "ייִדישלאַנד". קיין אַנדער סבֿיבֿה, אַ חוץ אָט די צוויי "זאַמל-פּונקטן", האָט מען כּמעט ניט געהאַט און מע האָט געוווּסט ווי צו שעצן דעם שלום-בית.
אַזוי האָט עס זיך געהאַלטן ביז אָנהייב 1933. דעם 11טן מאַרץ 1933, אין קורצן נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט, האָט די דײַטשישע פּאָליציי אַרעסטירט לעשצינסקין. ס׳איז ניט געפֿעלן געוואָרן אי די סאָציאַליסטישע ייִדישע צײַטונג, פֿאַר וועלכער ער האָט געשריבן, אי די מאַטעריאַלן, וועלכע ער האָט געשיקט. דעם דאָזיקן אינצידענט האָט מען ברייט אָפּגעשפּיגלט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע. אַרײַנגעמישט האָט זיך אין דעם אויך דער אַמעריקאַנער שטאַט-דעפּאַרטמענט. אין פֿיר טעג אַרום איז לעשצינסקי אַרויסגעלאָזט געוואָרן פֿון דער טורמע, אָבער מיט אַ תּנאַי ער זאָל פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד. דערווײַל האָט מען אַרעסטירט, און אויך דערנאָך באַפֿרײַט, נאָך איין ייִדישן זשורנאַליסט — שמואל מײַזליטש.
דאָס זײַנען געווען זייער קלאָרע סיגנאַלן, אַז דײַטשלאַנד האָט מען געדאַרפֿט וואָס גיכער פֿאַרלאָזן. לענגער פֿון אַלע ייִדישע פּען-מענטשן האָט זיך אין בערלין פֿאַרהאַלטן דער דיכטער אַבֿרהם-נחום שטענצל — ער האָט דאָרטן געוווינט און געדרוקט זײַנע ביכער ביז 1936.