Click on the picture to listen the media clip
צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום
‫מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש

נישט געגלייבט האָט דער לייב דער ציג,
אַז זי איז פֿון אים נישט אַנטציקט.

פֿון באָריס סאַנדלער

דער הונט און די קאַץ

פֿון אליעזר שטיינבאַרג

אַ קאַץ באַגעגנט זיך מיט אַ הונט, טוט זי זיך אַ שטעל אָפּ, אַ צי אויס, קוקט אים גלײַך אין די אויגן און מאַכט: "טטפֿפֿו!"

פֿאַר וואָס?

וועגן דעם אַ סך מעשׂהלעך דערציילט מען אויף דער וועלט. דרײַ פֿון זיי האָב איך געהערט:

איינס אין פּוילן,

איינס אין רײַסן,

איינס אין ליטע.

האָב איך שוין אַ מאָל צוויי דערציילט:

איינס אַ ייִנגעלע אַ וווילן,

איינס אַ מיידעלע אַ ווײַסן.

אײַך דערצייל איך הײַנט דאָס דריטע!

הערט!

אַ מאָל האָט אַ גרויסע טשאַטע הינט אָנגעטראָפֿן דעם הינטשלעגער[1] ערגעץ אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל[2]. דער הינטשלעגער איז גראָד דעמאָלט געווען מיט ליידיקע הענט, אָן אַ שטעקן, אָן אַ שטריק.

די הינט אים נאָר דערשמעקט, האָבן זיי זיך גיך אַ לאָז געטאָן נאָך אים מיט אַ געביל, אַ האַווקערײַ, אַ געזעמל:

"וווּ? וווּ? וווּ? וווּ איז ער?"

"וועלכער? וועלכער?"

"דער אַזוינער! דער אַזעלכער!"

"לאָמיר אים צערײַסן!"

"וווּ? וווּ? וווּ? וווּ איז ער?"

"דער רוצח[3]?"

"רויטער גזלן[4]? בייזער רוח[5]?

"לאָמיר אים צעבײַסן!"

און אוי, אַז מע טוט אים אַ נעם! אַז מע רײַסט, מע ציפּט פֿון אַלע זײַטן! די ביינער אים שיִער ניט צעטראָגן!

"כ’וועל שוין מער ניט! כ’וועל שוין מער ניט!" — שרײַט דער הינטשלעגער.

"ער וועט שוין מער ניט! איר הערט? גלייב אים ניט דעם הולטײַ[6]!" — האַווקעט אַן אַלטער כּלבֿ[7] און בײַסט אָפּ דעם הינטשלעגער אַ שטיק ליטקע.

"געוואַלד! וואָס ווילט איר, כּלבֿים! אַז איך זאָג: שוין! מער ניט!" וויינט דער הינטשלעגער און שרײַט ניט מיט זײַן קול[8]. דערווײַל פֿאַלט ער אויף אַ שׂכל: כאַפּט אַראָפּ פֿון די לענדן דעם לעדערנעם רימען.

דערזען אַ רימען, ווערן די הינט שוין ווייכער און מע רעדט אַנדערע ווערטער:

"ער וועט שוין מער ניט!... פֿאַר וואָס זאָלן מיר דיר גלייבן? אפֿשר אויפֿן וואָרט? בײַ הינט גייט ניט קיין וואָרט! אַ הונט גלייבט ניט אויפֿן וואָרט. ניט קיין הינט און ניט קיין מענטשן; אַ מענטשן אַוודאי ניט! שווער זיך! הינט האָבן ליב מע זאָל זיך פֿאַר זיי שווערן! יאָ, יאָ זאָל ער שווערן!"

"ניין! אַ שריפֿט זאָל ער אונדז אַרויסגעבן, אַ כּתבֿ! אַ כּתבֿ מיט אַ חתימה[9]!"

העלפֿט ניט. ניטאָ קיין ברירה. ער איינער צווישן אַזוי פֿיל הינט. געמוזט דער הינטשלעגער אַרויסגעבן די הינט אַ כּתבֿ מיט אַ חתימה, אַז פֿון הײַנט אָן רירט ער קיין הונט מער ניט אָן.

וועמען זשע גיט מען דאָס כּתבֿ צו באַהאַלטן? דער פֿרומער קאַץ. שפּרינגט די קאַץ אויפֿן דאַך, לאָזט אַראָפּ דעם כּתבֿ אין קוימען, ווערט דאָס כּתבֿ פֿאַרברענט. און דער דאַך איז געווען — אויף צולהכעיס — דווקא איבערן הינטשלעגערס שטוב.

האָט דער הינטשלעגער געזען וואָס די פֿרומע קאַץ האָט געטאָן, האָט ער איר אַ פֿעט שטיקל פֿלייש געגעבן, און אַליין דעם גראָבן שטעקן גענומען און אַוועק צו די הינט. צו די הינט שפּאַנט ער, אַ לידעלע זינגט ער זיך אונטער:

אַלצדינג רויך פֿון קוימען,

אַלצדינג רויך און אַש!

פֿרעגט דעם קיניג שלמהן,

פֿרעגט די פֿולע פֿלאַש!

גיי איך מיר אין שענקל,

גערגעלע איך וואַש,

לויף צום פֿעטער יענקל

כאַפּ אַ המן־טאַש.

דערזען האָבן די הינט המן גייט, דער גזלן מיטן גראָבן שטעקן, לויפֿן זיי צו דער קאַץ:

"דאָס כּתבֿ!!! געוואַלד! וווּ איז דאָס כּתבֿ? וווּ? וווּ?"

טוט זיך די פֿרומע קאַץ אַ צי אויס ווי לאַנג זי איז, קוקט די הינט גלײַך אין די אויגן און שפּײַט אין פּנים.

"טטפֿפֿו!! דאָס כּתבֿ?... וואָס כּתבֿ? ווען כּתבֿ? אויף מײַנע שׂונאימס קעפּ! טטפֿפֿוו!!"

* * *

פֿון דעמאָלט אָן, אַז אַ הונט באַגעגנט זיך מיט אַ קאַץ, טוט ער באַלד אַ פֿרעג:

"דאָס כּתבֿ?! קסאַ־אַ־אַ־וו?!"

און די קאַץ קלאָצט אויף אים אויס די גרינע, פֿרומע אויגן און ענטפֿערט:

"טטפֿפֿו! אַ זלידנע[10]! טשעפּעט זיך! וואָס וויל ער פֿון מיר האָבן?! טטפֿפֿו־ו־ו!!"



[1] הינטשלעגער — דער מענטש וואָס כאַפּט הינט

[2] אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל — אַ פֿאַרלאָזט אָרט, וווּ קיינער איז ניטאָ

[3] רוצח (רעצייעך) — מערדער

[4] גזלן (גאַזלען) — רויבער

[5] רוח (רועך) — טײַוול

[6] הולטײַ — ליידיקגייער

[7] אַלטער כּלבֿ — אַלטער הונט

[8] שרײַט ניט מיט זײַן קול — פֿאַר שרעק

[9] אַ כּתבֿ מיט אַ חתימה (אַ קסאַוו מיט אַ כסימע) — אַ דאָקומענט מיט אַן אונטערשריפֿט

[10] אַ זלידנע — אַ בייזער