די צײַטונג "הײַנט" איז איינע פֿון די גרעסטע טעגלעכע צײַטונגען אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע. די צאָל קאָפּיעס איז דערגאַנגען ביז 100 טויזנט עקזעמפּלאַרן. דער ערשטער נומער פֿון "הײַנט" איז אַרויס אין יאַנואַר 1908. דאָס איז, בכלל, געווען אַ בליצײַט פֿאַר דער ייִדישער זשורנאַליסטיק. די רוסישע רעגירונג האָט אין יענע יאָרן אַראָפּגענומען אייניקע דערשטיקנדיקע באַגרענעצונגען פֿאַר דער פּרעסע פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. וואַרשע, וואָס האָט געהאַט די גרעסטע קאָנצענטראַציע פֿון ייִדישע אײַנוווינער, איז געוואָרן דער הויפּט-צענטער פֿאַר די פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש.
אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט מען גערעדט און געשריבן וועגן צוויי קאַטעגאָריעס לייענער פֿון דער פּרעסע. צו דער ערשטער קאַטעגאָריע האָבן געהערט געטרײַע לייענער, וועלכע פֿלעגן טאָג-אײַן טאָג-אויס קויפֿן "זייער" צײַטונג. די צווייטע קאַטעגאָריע האָט מען גערופֿן "לויף-לייענער" (אָדער "לויף-לעזער"). ענלעך צו די אימפּולסיווע "לויף-קונים", וואָס וואַרפֿן זיך אויף אַ שיינער סחורה. די לויף-לייענער פֿלעגן קויפֿן די צײַטונג מיט אַ סענסאַציאָנעל קעפּל צי אַ פּראָוואָקאַטיוון פֿאָטאָ. "הײַנט" האָט געהערט צו די צײַטונגען מיט אַ גאַנץ סטאַבילער באַזע פֿון געטרײַע לייענער.
אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, קענען די פֿאָרשער און ליבהאָבער פֿון ייִדיש נוצן דעם "אינדעקס צו דער ייִדישער פּעריאָדיק" (yiddish-periodicals.huji.ac.il), וואָס איז שוין כּולל אַ פֿולן אינדעקס פֿון דער צײַטונג "הײַנט" פֿאַר אַלע יאָרן פֿון איר עקזיסטענץ, 1908–1939. איצט איז שוין ניט קיין פּראָבלעם צו געפֿינען אַן אַרטיקל לויט דעם נאָמען פֿונעם מחבר (שלום־עליכם, שלום אַש וכ׳) אָדער לויט די שליסל-ווערטער, למשל "ייִדישע קינדער", "פּוילישע עקאָנאָמיע" צי "ציוניסטן".
און נאָך איין מזל האָבן די מענטשן, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער וואַרשעווער צײַטונג: זיי קענען זיך ווענדן צום אינטערנעץ-אַדרעס www.haynt.org. דאָרטן קען מען איבערלייענען דאָס בוך "׳הײַנט׳: אַ צײַטונג בײַ ייִדן, 1908–1939", וועלכע עס האָט אָנגעשריבן דער לעצטער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג חיים פֿינקעלשטיין. די דאָזיקע זכרונות קען מען לייענען אויף ייִדיש און אין דער ענגלישער איבערזעצונג, וועלכע עס האָט געמאַכט אַ גרופּע וואָלונטירן.
"נוסח פּוילן"
אין האַרבסט 2006 האָט זיך צונויפֿגעקליבן אַ גרופּע געלערנע און ליטעראַטן פֿון פּוילן און אויסלאַנד (ישׂראל, אַמעריקע, שוועדן און דײַטשלאַנד), אין דעם באַרימטן יאַגעלאָן-אוניווערסיטעט אין קראָקע, כּדי זיך באַטייליקן אין אַ קאָנפֿערענץ. די טעמע איז געווען אַזאַ: ייִדיש אין די קאָמוניסטישע לענדער אין די יאָרן נאָכן חורבן. די דאָזיקע צונויפֿקומעניש האָט פּראָדוצירט צוויי ביכער: איין בוך, וואָס איז שוין אַרויס, האָט זיך קאָנצענטרירט אויף ייִדיש אין פּוילן. און די שפּראַך פֿונעם בוך איז פּויליש. דאָס צווייטע בוך, אויף ענגליש, מוז אין קורצן אַרויסגיין. טיילווײַז פֿאַלט עס צונויף מיט דער פּוילישער אויסגאַבע, אָבער ס׳איז כּולל אויך אַרטיקלען וועגן געשעענישן מחוץ פּוילן.
דאָס בוך "נוסח פּוילן" איז צונויפֿגעשטעלט דורך מאַגדאַלענאַ רוטאַ — די קראָקער פֿאָרשערין פֿון דער פּויליש-ייִדישער ליטעראַטור-געשיכטע אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. ד״ר רוטאַ איז געווען די הויפּט-אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער קאָנפֿערענץ. "נוסח פּוילן" — אַזוי האָט מען גערופֿן די אייגנאַרטיקע באַדינגונגען פֿאַרן ייִדישן לעבן אין פּוילן אין די ערשטע צוויי-און-צוואַנציק יאָר נאָך דער מלחמה.
אין דעם באַנד גייען אַרײַן מאַטעריאַלן, וועלכע שאַפֿן צום ערשטן מאָל אַ ברייט בילד פֿונעם קולטור-לעבן אין דעם ייִשובֿ, אויפֿגעבויטן דורך די ניצול-געוואָרענע ייִדן און זייערע קינדער. באַזונדערס וואָגיק איז דער חלק פֿון דער זאַמלונג, וועלכער אַנאַליזירט די ייִדישע ליטעראַרישע און זשורנאַליסטישע טעטיקייט אין פּוילן.
אַ חוץ די געלערנטע, וואָס האָבן רעקאָנסטרויִרט און אַנאַליזירט די געשעענישן לויט די פּובליקאַציעס און אַרכיוו-דאָקומענטן, האָבן אין דער אויסגאַבע זיך באַטייליקט צוויי עדות פֿון יענער צײַט: דער דיכטער משה שקליאַר און דער זשורנאַליסט יוסף סאָבעלמאַן. ליטעראַטור-היסטאָריקער וועלן שעפּן נחת פֿון אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿונעם וואַרשעווער פֿאַרלאַג "ייִדיש בוך", 1947—1968.