דער וואָקאַבולאַר פֿון אַ פּוילישן ייִדן קען שטעלן אין אַ פֿאַרלעגנהייט אַ רעדער פֿון אַן אַנדער דיאַלעקט. אַ שטייגער, אַ מענטש, וואָס טראָגט אויף זיך "גרעט", וועט אפֿשר ניט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס מע לייגט אים פֿאָר אָנצוטאָן "וועש". אַ באַזונדערע קאַטעגאָריע "מיספֿאַרשטייענישן" רופֿן אַרויס די ווערטער, וועלכע קלינגען פּונקט ווי אין אַנדערע דיאַלעקטן, אָבער האָבן ספּעציפֿישע באַטײַטן. גאַנץ אָפֿט שפּיגלט עס אָפּ דעם אונטערשייד צווישן פּויליש און אוקראַיִניש צי רוסיש. למשל:
"דיניע". אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך פֿאַרטײַטשט עס ווי pumpkin; (dial.) cantaloupe. דאָס איז אַ "פּוילישער" קוק אויף דעם וואָרט. אַ סך ייִדן זעען עס אַנדערש. פֿאַר זיי איז pumpkin אַ "קירבעס" אָדער "קאַבאַק", בעת "דיניע" מיינט יעדער מין melon, אַ חוץ, פֿאַרשטייט זיך, watermelon.
צײַט
יעדער לערער פֿון ייִדיש ווייסט, אַז ענגליש-רעדנדיקע סטודענטן פֿאַרפּלאָנטערן זיך גאַנץ אָפֿט בײַם איבערזעצן אַזעלכע פֿראַזעס ווי :we spent some time together און we visited this place several times. דער פּלאָנטער באַשטייט אין דעם, וואָס די סטודענטן נוצן "צײַט" אויך אין דעם צווייטן פֿאַל, כאָטש ייִדיש פֿאָדערט צו נוצן גאָר אַן אַנדער וואָרט — "מאָל": "מיר האָבן באַזוכט דאָס דאָזיקע אָרט עטלעכע מאָל". די ערשטע פֿראַזע קען מען, פֿאַרשטייט זיך, איבערזעצן נוצנדיק "צײַט", למשל: "מיר האָבן פֿאַרבראַכט אַ שטיק צײַט צוזאַמען".
מע דאַרף אויך אונטערשיידן דעם סובסטאַנטיוו "צײַט" פֿונעם בינדוואָרט "צײַט", וואָס מיינט "זינט": "איך האָב זי ניט געזען צײַט [זינט] דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ". צו אַ באַגעגעניש מיט אַזאַ מין "צײַט" דאַרף מען זײַן גרייט, בפֿרט ווען מע לייענט פּויליש-ייִדישע מחברים. זייער אָפֿט טרעפֿט מען עס, למשל, אין די ווערק פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער.
דיוואַן
"דיוואַן". ווידער אַ מאָל גיט ווײַנרײַכס ווערטערבוך אַ "פּוילישן" טײַטש: rug; sofa. פֿאַר אַנדערע ייִדיש-רעדער איז "דיוואַן" בדרך-כּלל אַ קרובֿ פֿון "סאָפֿע" צי "קאַנאַפּע", בעת rug איז אַ "טעפּעך" צי "קיליעם".