א

די לוויה פֿונעם רוסישן שרײַבער אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין האָט געוויזן, אַז אַ פּען-מענטש קען נאָך אַלץ שפּילן זייער אַ ממשותדיקע, סימבאָלישע געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע. אָבער סאָלזשעניצין איז, פֿונדעסטוועגן, אַן אויסנאַם. שיינע ליטעראַטור און אירע שעפֿער האָבן ניט, בדרך-כּלל, די השפּעה, וואָס זיי האָבן געהאַט אין די אַמאָליקע צײַטן.

ווער פֿון די בעלעטריסטן וועט הײַנט צונויפֿקלײַבן אַן עולם פֿון טויזנטער מענטשן, בתוכם געוויינטלעכע אַרבעטער, וועלכע זאָלן זײַן גרייט צו באַטייליקן זיך אין אַ ליטעראַרישן אָוונט? אין די 1920ער יאָרן, פֿלעגן די ייִדישע ליטעראַרישע דיסקוסיעס צי פּשוט באַגעגענישן מיט אַ ראָמאַניסט אָדער אַ דיכטער אָפֿט מאָל צוציִען עטלעכע טויזנט ניו-יאָרקער תּושבֿים. אַ שרײַבער איז געווען אַן אָנגעלייגטער גאַסט אין אַלע ייִדישע קהילות. הײַנטיקע טעג וואָלט עס געווען אַ סענסאַציע אַפֿילו פֿאַר אַ הויפּטשטראָמיקן ענגליש-שפּראַכיקן שרײַבער.

אָדער גאָר פּראָוואָקאַטאָריש: וויפֿל מענטשן קומען איצט אויף אַ לוויה פֿון אַ שרײַבער? דעם 15טן מײַ 1916, זײַנען הונדערטער טויזנטער ניו-יאָרקער ייִדן אַרויס צו באַגלייטן אין דעם לעצטן וועג זייער באַליבטן שרײַבער — שלום-עליכם. מיט אַ יאָרצענדליק פֿריִער, דעם 26סטן נאָוועמבער 1905, האָבן אויך ביז אַ הונדערט טויזנט ייִדן באַגלייט דעם פּאָפּולערן שרײַבער נחום-מאיר שײַקעוויטש, וואָס איז בעסער באַקאַנט ווי שמ״ר.

זעלטן הערט מען איצט וועגן אַ פּען-מענטשן, וואָס פֿאַרנעמט אויך אַן אָנגעזעען אָרט אין דעם פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. וואַצלאַוו האַוועל, דער פּרעזידענט פֿון טשעכיע אין די ערשטע נאָך-קאָמוניסטישע יאָרן, איז אַ זעלטענער פֿענאָמען אין אונדזער תּקופֿה. אַ קול פֿון אַ שרײַבער הערט זיך ניט געוויינטלעך מחוץ די שמאָלע אינטעלעקטועלע קרײַזן.

ב

די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם ייִדישן פּען־קלוב, 1928 (פֿון רעכטס): משה קולבאַק, יוסף אָפּאַטאָשו, מאַקס עריק און זלמן רייזען
די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם ייִדישן פּען־קלוב, 1928 (פֿון רעכטס): משה קולבאַק, יוסף אָפּאַטאָשו, מאַקס עריק און זלמן רייזען

אַנדערש איז געווען אין 1921, ווען עס איז געשאַפֿן געוואָרן די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע פֿון פּאָעטן, עסיייִסטן, נאָוועליסטן — פֿון דעם האָט זיך באַקומען די באַקוועמע ראָשי-תּיבֿות "פּען". דאָס איז געווען אַן אײַנפֿאַל פֿון קאַטערין עמי דאַוסאָן-סקאָט, אַ ווייניק באַקאַנטע ענגלישע שרײַבערין. דער ערשטער קאָנגרעס פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז פֿאָרגעקומען מיט 85 יאָר צוריק, אין 1923, אין לאָנדאָן, וווּ די שטאַב-קוואַרטיר פֿון "פּען" געפֿינט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג. די אידעע איז געווען אַ פּשוטע: צו פֿאַראייניקן אָנגעזעענע וואָרט-מײַסטערס פֿון אַלע לענדער אין איין קלוב, וואָס האָט געדאַרפֿט וועקן דעם געוויסן פֿון דער וועלט.

ייִדישע שרײַבער האָבן אויך געוואָלט זײַן מיט די לײַטן גלײַך. בפֿרט נאָך אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט געהאַט אַ באמת אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער. אירע שרײַבער און לייענער האָבן געוווינט אין צענדליקער לענדער. פּאָליטיש איז עס געווען זייער אַן אַקטיווער עולם. און פּאָליטיש איז עס געווען זייער וויכטיק צו זײַן פֿאָרגעשטעלט אין דעם פּען-קלוב.

באַזונדערס שטאַרק האָבן עס געוואָלט די ליטעראַטן, וועלכע האָבן זיך באַצויגן סקעפּטיש צו דעם ציוניסטישן פּראָיעקט און האָבן געגלייבט אין דעם ספּעציפֿישן עקסטראַ-טעריטאָריעלן נוסח פֿון ייִדישן נאַציאָנאַלן אויסדויער. אַזוי, אָן אַן אייגענער טעריטאָריע, האָט דאָך יאָרהונדערטער עקזיסטירט די אַשכּנזישע ציוויליזאַציע. האָט מען געמיינט, אַז אין 20סטן יאָרהונדערט, ווען די וועלט איז געוואָרן בעסער פֿאַר ייִדן, וועט די דאָזיקע ציוויליזאַציע ווערן נאָך שטאַרקער.

אָבער דער סטאַטוט פֿונעם פּען-קלוב האָט ניט פֿאָרויסגעזען קיין מיטגלידערשאַפֿט פֿאַר ליטעראַרישע סבֿיבֿות, וואָס האָבן ניט געהערט צו אַ מדינה. נאָך מער: מע האָט דערוואַרט, אַז יעדע מדינה זאָל האָבן נאָר איין נאַציאָנאַלן קלוב — ניט עטלעכע קלובן, לויט דער צאָל שפּראַכן און קולטורן פֿונעם לאַנד. שוין אָפּגערעדט פֿון האָבן צוויי נאַציאָנאַלע שטאַב-קוואַרטירן אין דער זעלבער שטאָט. דאָס האָט געמיינט, אַ שטייגער, אַז ניו-יאָרק און וואַרשע האָבן ניט געהאַט קיין שאַנס צו ווערן דאָס אָפֿיציעלע אָרט פֿאַר דעם ייִדישן צענטער פֿונעם פּען-קלוב, ווײַל אין די דאָזיקע שטעט זײַנען שוין געשאַפֿן געוואָרן אַנדערע צענטערס — דער אַמעריקאַנער און דער פּוילישער.

ג

אַן אויסוועג האָט מען, פֿונדעסטוועגן, געפֿונען. די שטאָט ווילנע — מיט איר שם פֿונעם הויפּט-צענטער פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדישן אינטעלעקטועלן לעבן — איז געוואָרן אויך די אָפֿיציעלע קרוינשטאָט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער ליטווישער צענטער איז דאָך דעמאָלט געווען אין קאָוונע. דעם דיכטער משה קולבאַק האָט מען אין יאָר 1926 אויסגעקליבן פֿאַרן ערשטן פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן פּען-קלוב. אמת, קיין שטאַרקע ליטעראַרישע קרײַזן האָט די שטאָט דעמאָלט ניט געהאַט.

אַ ממשותדיקע ראָלע אין דעם שווערן פּראָצעס, וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט שאַפֿן דעם ייִדישן פּען-קלוב, האָט געשפּילט דער לאָנדאָנער שרײַבער און זשורנאַליסט לעאָ קעניג. ווי אַ לאָנדאָנער תּושבֿ, האָט ער געהאַט די מעגלעכקייט צו זײַן אין קאָנטאַקט מיט די פֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע. די אידעאָלאָגן פֿון דער קאַמפּאַניע זײַנען געווען, דער עיקר, די רעדאַקטאָרן פֿון דער וואַרשעווער וועכנטלעכער צײַטונג "ליטעראַרישע בלעטער". באַזונדערס גרויס איז געווען, אַ פּנים, דער בײַטראָג פֿון נחמן מײַזיל.

די הויפּט-טעטיקייט פֿונעם ייִדישן פּען-קלוב האָט זיך אַנטוויקלט ניט אין ווילנע, נאָר אין וואַרשע און ניו-יאָרק, וווּ די קאָנצענטראַציע פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן טאַלאַנט איז געווען די גרעסטע. אין וואַרשע האָט זיך דער פּען-קלוב אַפֿילו באַשעפֿטיקט מיט דרוקן ביכער. למשל, יצחק באַשעוויס-זינגערס ערשטער ראָמאַן, "דער שׂטן אין גאָריי", איז אַרויס אין 1935 אין פֿאַרלאַג פֿונעם קלוב.

דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט בויקאָטירט דעם פּען-קלוב, און די ייִדישע שרײַבער-קאָמוניסטן אין אַנדערע לענדער האָבן אויך זיך געהאַלטן וואָס ווײַטער פֿון דער ליטעראַרישער וועלט-פֿאַראייניקונג. די קאָמוניסטן און זייערע סימפּאַטיקער האָבן געשאַפֿן באַזונדערע גרופּירונגען. איינע פֿון זיי — די אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע "פּראָלעטפּען" — האָט פֿאַראייניקט די ליטעראַטן פֿון דער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט".

מיטן ייִדישן פּען-קלוב איז דירעקט פֿאַרבונדן די געשיכטע פֿונעם נאָבעל-פּריז פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור. אין 1933 איז פֿאַר דעם פּריז נאָמינירט געוואָרן שלום אַש, וואָס איז דעמאָלט געווען דער ערן-פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן פּען־קלוב. אין 1978, האָט באַשעוויס-זינגער טאַקע באַקומען דעם פּריז לויט דער רעקאָמענדאַציע פֿונעם ייִדישן פּען-קלוב. צו יענער צײַט האָט זיך דער קלוב שוין באַזירט אין ניו-יאָרק, וווּ ער געפֿינט זיך — לכל-הפּחות פֿאָרמעל — ביזן הײַנטיקן טאָג.