ווען מע זאָגט אויף ייִדיש "וויסנשאַפֿט", מיינט מען טעטיקייטן אין אַלע אַקאַדעמישע געביטן — געשיכטע, עקאָנאָמיע, מאַטעמאַטיק, פֿיזיק וכ׳. אָבער ווען מע רעדן וועגן ייִדישער וויסנשאַפֿט, מיינט מען בדרך-כּלל ייִדישע פֿילאָלאָגיע. די ייִדישע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה עקזיסטירט אין פּוילן און סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָבן זיך באַשעפֿטיקט דער עיקר מיט פֿילאָלאָגישע פּראָבלעמען.
אין דער ענגליש-רעדנדיקער וועלט איז דאָס וואָרט "פֿילאָלאָגיע" ווייניק פֿאַרשפּרייט. דאָס נאָענטסטע צו אָט דעם באַגריף איז "הומאַניסטיק" — the humanities. אַ פֿרישן אַרײַנבליק אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט האָט געגעבן אַ ספּעציעלער נומער (יוני 2007) פֿונעם זשורנאַל Science in Context ("וויסנשאַפֿט אין קאָנטעקסט").
ווי אַלט איז די ייִדישע וויסנשאַפֿט? אויף דער פֿראַגע קען מען, פֿאַרשטייט זיך, געבן פֿאַרשיידענע ענטפֿערס. אָבער עס רופֿט ניט אַרויס קיין ספֿקות די ממשותדיקע ראָלע, וועלכע עס האָט געשפּילט די פּובליקאַציע, אין יאָר 1913, פֿונעם זאַמלבוך "דער פּנקס: יאָרבוך פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך, פֿאַר פֿאָלקלאָר, קריטיק און ביבליאָגראַפֿיע". דאָס דאָזיקע פֿילאָלאָגישע יאָרבוך איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם ווילנער ייִדישן פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין, וועגן וועמען מיר האָבן שוין געשריבן אין "ווײַטער".
"דער פּנקס" איז געוואָרן אַ ווענדפּונקט אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. די רייד גייט ניט נאָר וועגן אַן אָפּשאַצונג פֿונעם אַקאַדעמישן ניוואָ פֿון די פֿאָרשונגען, נאָר אויך (און דער עיקר) וועגן דער נײַער אידעאָלאָגישער צילגעווענדטקייט פֿון דער אַקאַדעמישער טעטיקייט. "דער פּנקס" איז געווען דער אָנזאָג פֿון אָפּקערן זיך פֿון "וויסנשאַפֿט לשם וויסנשאַפֿט". איצט האָט וויסנשאַפֿט געמוזט דינען די ייִדישע נאַציאָנאַלע צילן, וועלכע עס האָבן פֿאַר זיך געשטעלט די אָנהענגער פֿון "ייִדישיזם".
אויף אָט דעם אידעאָלאָגישן יסוד איז שפּעטער, אין די 1920ער יאָרן, אויפֿגעבויט געוואָרן דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט (ייִוואָ). די סאַמע ערשטע טריט האָט דער ייִוואָ געמאַכט אין יאָר 1925, אין בערלין, וווּ עס האָבן זיך — נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה און דער רעוואָלוציאָנערער איבערקערעניש אין רוסלאַנד — באַזעצט ניט ווייניק ייִדישע אינטעלעקטואַלן. אָבער די נשמה איז אין דעם פּראָיעקט אַרײַנגעבלאָזן געוואָרן אין ווילנע. דאָרטן, אין דער פֿאַקטישער הויפּטשטאָט פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, איז עס געוואָרן אַ רעאַלקייט.
מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך"
מאַקס ווײַנרײַך (1894–1969) איז אַ לעגענדאַרע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. ער איז געשטאַנען בײַם רודער פֿון דעם ייִוואָ — סײַ אין די 1920ער און די 1930ער יאָרן אין ווילנע, סײַ אין די 1940ער יאָרן און שפּעטער, ווען די טעטיקייט איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין ניו-יאָרק. מאַקס ווײַנרײַך האָט געהאַט זייער ברייטע אַקאַדעמישע און ניט נאָר אַקאַדעמישע אינטערעסן. זײַן כּלל-טעטיקייט פֿאַרדינט אַ באַזונדערע אָפּהאַנדלונג.
אין 1919 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", געשיקט זײַנע קאָרעספּאָנדענצן פֿון דײַטשלאַנד און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. זײַנע "פֿאָרווערטס"-אַרטיקלען פֿלעגט ער אָפֿט מאָל אונטערשרײַבן מיט פּסעוודאָנימען: שׂרה ברענער, יוסף פּערל און אַ. בערמאַן. זײַן זשורנאַליסטישע טעטיקייט בלײַבט נאָך ניט אויסגעפֿאָרשט. ס׳איז באַוווּסט, אַז די ערשטע זשורנאַליסטישע דערפֿאַרונג האָט ער באַקומען אין דער פּרעסע פֿון "בונד". אין 1917 האָט ער אַ קורצע צײַט רעדאַקטירט די צײַטונג "וועקער" אין מינסק. ס׳איז אויך באַוווּסט, אַז ווײַנרײַכס אַרטיקלען האָבן זיך געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" אַזוי שפּעט ווי די 1950ער יאָרן.
דאָך, איז מאַקס ווײַנרײַך מערסטנס באַקאַנט ווי אַ היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ס׳וועט כּמעט קיין גוזמא ניט זײַן צו זאָגן, אַז ער האָט אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן געפֿאָרשט די דאָזיקע טעמע. מיט 35 יאָר צוריק, פֿיר יאָר נאָך ווײַנרײַכס טויט, האָט דער ייִוואָ פֿאַרעפֿנטלעכט דאָס מאָנומענטאַלע ווערק — די פֿיר בענד פֿון זײַן "געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור". אין דעם זעלבן יאָר, 1973, איז אַרויס אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון די ערשטע צוויי בענד.
דעם 14טן סעפּטעמבער, 2008 האָט דער ייִוואָ פֿאָרגעשטעלט אַ דערגאַנצטע ענגלישע אויסגאַבע פֿון מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע". הערשל גלעזער, דער אַסאָציִיִר-דירעקטאָר פֿון "מאַקס ווײַנרײַך-צענטער" בײַם ייִוואָ, האָט אויפֿגעטאָן די דאָזיקע אַרבעט פֿון מאַכן די "געשיכטע" צוטריטלעך פֿאַרן ענגליש-לייענענדיקן עולם.
40 יאָר דעם ייִדישן ווערטערבוך
דאָס איז שוין אַרײַן אין דער מאָדע — צו קלאָגן זיך אויף אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן ענגליש-ייִדיש ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך". קודם-כּל, איז עס פּוריסטיש און דערפֿאַר זײַנען אין אים ניט אַרײַן אַ סך פֿאַרשפּרייטע ווערטער. ס׳איז שווער צו געפֿינען אין אים אַ דערקלערונג פֿאַר אַ וואָרט, טאָמער עס האָט אַ ניט-רעגולערע פֿאָרעם אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט (פֿאַר ווערבן) צי אין מערצאָל (פֿאַר סובסטאַנטיוון). עס איז כּולל צו ווייניק פֿראַזעאָלאָגיע. און אַזוי ווײַטער.
און דאָך, האָט דאָס ווערטערבוך אין משך פֿון די לעצטע פֿערציק יאָר, זינט זײַן ערשטער אויפֿלאַגע אין 1968, ניט אויפֿגעהערט צו דינען ווי דער וויכטיקסטער לעקסיקאָגראַפֿישער אינסטרומענט בײַם לערנען ייִדיש. ניט געקוקט אויף אַלע טענות צום ווערטערבוך, הערט עס ניט אויף צו העלפֿן אַלץ נײַע דורות סטודענטן.