א

מענטשן מיט אַקאַדעמישע אינטערעסן אין ייִדיש זײַנען באַקאַנט מיט דער פּראָדוקציע פֿון דעם פֿאַרלאַג בײַם סיראַקוזער אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך צפֿון-צו פֿון ניו-יאָרק. דאָרטן זײַנען שוין אַרויס ניט ווייניק אינטערסאַנטע ביכער, און אַ נײַע וויכטיקע פֿאָרשונג דאַרף זיך אָט-אָט באַווײַזן אין די ביכער-געשעפֿטן: "די רעוואָלוציאָנערע וואָרצלען פֿון מאָדערנעם ייִדיש, 1903—1917" (The Revolutionary Roots of Modern Yiddish, 1903—1917). דאָס איז אַ היפּש איבערגעאַרבעטע דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿון באַרי טראַכטענבערג, וואָס איז איצט אַ פּראָפֿעסאָר אין אוניווערסיטעט פֿון אָלבאַני, ניו-יאָרק.

טראַכטענבערג באַשרײַבט און אַנאַליזירט די באַמיִונגען צו העכערן דעם סטאַטוס פֿון ייִדיש, וואָס מע האָט געהאַלטן פֿאַר "זשאַרגאָן". זײַן בוך האָט דרײַ הויפּט-העלדן: שמואל ניגער, נחום שטיף און בער באָראָכאָוו. אַלע דרײַ האָבן אַזוי צי אַנדערש קאָמבינירט אין זייער טעטיקייט זשורנאַליזם, פֿאָרשונג און פּאָליטיק. אַלע דרײַ פֿאַרדינען, מע זאָל וועגן זיי שרײַבן אויך אין "ווײַטער". אין דעם נומער וועט אונדזער העלד זײַן בער באָראָכאָוו (1881—1917).

פֿאַר וואָס האָבן מיר אין דעם טריִאָ באַשלאָסן אָנהייבן דווקא פֿון באָראָכאָוון? קודם-כּל, איז עס לאָגיש לויטן אַלף-בית. צווייטנס, הײַיאָר איז געוואָרן 45 יאָר זינט באָראָכאָווס געביין איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן פֿון קיִעוו, וווּ ער איז געשטאָרבן, קיין ישׂראל אויף בית-הקבֿרות "כּנרתּ". דריטנס, איז איצט אַ סך גרינגער צו באַקענען זיך מיט באָראָכאָווס אַרטיקל "די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע", וואָס איז אַרויס מיט 90 יאָר צוריק. די דאָזיקע אַרבעט האָט באַקומען דעם שם פֿון אַ מין מאַניפֿעסט פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט.

אין 2007 איז דער אַרטיקל צום ערשטן מאָל צוטריטלעך געוואָרן אין אַ פֿולער, קאָמענטירטער ענגלישער איבערזעצונג. די איבערזעצונג, מיט באַרי טראַכטענבערגס אַרײַנפֿיר, איז פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם זשורנאַל Science in Context, באַנד 20, נומ׳ 2; זען אויך: journals.cambridge.org.

ב

באָראָכאָוו איז אין די 1910ער יאָרן ניט געווען קיין פּנים-חדשות. זײַן נאָמען איז שוין געווען באַקאַנט צו דער צײַט, ווען זײַן אַרטיקל האָט זיך באַוויזן אין דעם ווילנער אַלמאַנאַך "דער פּנקס: יאָרבוך פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך, פֿאַר פֿאָלקלאָר, קריטיק און ביבליאָגראַפֿיע", רעדאַקטירט דורך שמואל ניגער. אָבער באָראָכאָווס רעפּוטאַציע איז געווען דער עיקר פֿאַרבונדן מיט זײַן פּאָליטישער טעטיקייט. מיט זײַן נאָמען אַסאָציִיִרט מען ביזן הײַנטיקן טאָג די גרינדונג פֿון פּועלי-ציוניזם.

באָראָכאָווס אינטערעס צו ייִדיש איז אויך געווען אַ פּאָליטישער. דאָס איז געווען אַ פּועל-יוצא פֿון דער רעאַקציאָנערער אַטמאָספֿער אין רוסלאַנד, וווּ זינט 1907 האָט מען כּמעט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו פֿירן אַ לעגאַלע סאָציאַליסטישע טעטיקייט. אַזוי האָט דער צאַרישער מלוכה-אַפּאַראַט רעאַגירט אויף דעם אויפֿשטאַנד, וועלכער האָט שפּעטער באַקומען דעם נאָמען פֿון דער "ערשטער רוסישער רעוואָלוציע". אין 1907 האָבן אין רוסלאַנד אַלע סאָציאַליסטישע באַוועגונגען, ייִדישע בתוכם, פֿאַרלוירן ס׳רובֿ זייערע מיטגלידער. נאָר קליינע קרײַזן פֿון פֿירנדיקע פּאַרטיי-אַקטיוויסטן זײַנען פֿאַרבליבן טעטיק; זיי האָבן דאָס אויך געטאָן אָפֿט מאָל מחוץ רוסלאַנד.

דער פּאַראַדאָקס פֿון יענער צײַט איז באַשטאַנען אין דעם וואָס די רעפּרעסיווע פּאָליטיק פֿון דער רוסישער רעגירונג האָט סטימולירט די אַנטוויקלונג פֿון כּלערליי מינים ניט-פּאָליטישער טעטיקייט אויף ייִדיש און לטובֿת ייִדיש.

אין עלטער פֿון זעקס-און-צוואַנציק יאָר האָט באָראָכאָוו אָנגעהויבן לערנען ייִדיש. פֿריִער האָט ער די שפּראַך ניט געקענט, ווײַל די עלטערן זײַנע האָבן געוואָלט ער זאָל אויסוואַקסן ווי אַ רוסיש-רעדנדיקער. אין 1908 האָט זיך באַוויזן זײַן ערשטער אַרטיקל, אָנגעשריבן אויף ייִדיש.

ג

אין יוני 1906, האָט די רוסישע פּאָליציי אַרעסטירט באָראָכאָוון און אים אַרויסגעשיקט פֿון לאַנד. די עמיגראַציע האָט געגעבן באָראָכאָוון די מעגלעכקייט צו אַרבעטן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע ביבליאָטעקן, וווּ ער האָט געקענט זיך באַקענען מיט דער אַלטער און מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשונג איז אויסגעוואַקסן זײַן פּיאָנערישע ביבליאָגראַפֿישע אַרבעט, וועלכע ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט צוזאַמען מיטן אַרטיקל "די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע". אַ סבֿרא, אַז דער תּחילתדיקער פּאָליטישער מאָטיוו, צוליב וועלכן באָראָכאָוו האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש, האָט בהדרגה אָפּגעגעבן דאָס אָרט אַן אמתן ענטוזיאַזם לגבי דער שפּראַך.

אין זײַנע פּובליקאַציעס האָט באָראָכאָוו געשטרעבט צו באַפֿרײַען ייִדיש פֿון דעם "שאַנדפֿלעק" פֿון אַ (כּלומרשט) האַלב-געבאַקענער שפּראַך. ער האָט באַוויזן, אַז ייִדיש האָט שוין לאַנג געדינט אין פֿאַרשיידענע קאָמוניקאַטיווע פֿונקציעס, אַרײַנגערעכנט די פֿונקציעס פֿון אַ הויכער קולטור. באָראָכאָוו האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז געווען וויכטיק אַרויסצופֿירן ייִדיש פֿון שאָטן פֿון דײַטש. אַ וויכטיקער טראָט אין דער ריכטונג איז געווען די מאָדערניזירטע אָרטאָגראַפֿיע, פֿאָרגעלייגט אין זײַנע 1913 פּובליקאַציעס.

דע-דײַטשמעריזאַציע איז געשטאַנען אין צענטער פֿון באָראָכאָווס אויסלייג. ער האָט געטענהט, אַז בײַם שרײַבן דאַרף מען אָפּשפּיגלען די אייגנאַרטיקייטן פֿון ייִדיש, ניט פֿון דײַטש, וואָס איז גאָר אַן אַנדער שפּראַך. אָבער כּדי אָפּצושפּיגלען דעם קלאַנג פֿון ייִדיש, האָט מען געמוזט באַשטימען דעם סטאַנדאַרט פֿון ייִדיש. וועלכן פֿון די דיאַלעקטן אויסקלײַבן פֿאַר אַזאַ סטאַנדאַרט? דעם פּוילישן? דעם ליטווישן? דעם אוקראַיִנישן? באָראָכאָוו האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַ נוסח פֿון דער שפּראַך, וואָס האָט כּמעט קיינער ניט גערעדט: די שפּראַך פֿון דער ווילנער ייִדישער אינטעליגענץ. אַזוי אַרום איז ווי דער סטאַנדאַרט באַשטימט געוואָרן ניט קיין דיאַלעקט, נאָר אַ טיילווײַז דע-דײַטשמעריזירטער נוסח פֿון דער שפּראַך, וועלכע די ליטעראַטן האָבן שוין סײַ ווי סײַ גענוצט.

וואָס שייך דער הויפּט-שפּראַך פֿון די ווילנער ייִדישע אינטעליגענטן, האָבן זיי אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט בדרך-כּלל גערעדט רוסיש. אמת, צווישן זיי זײַנען יאָ געווען ניט ווייניק אינטעליגענטע ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש. זיי האָבן געוואָלט רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש אין פֿאַרשיידענע רעגיסטרען פֿון דער שפּראַך. צו זיי טאַקע האָט באָראָכאָוו צוגעמאָסטן זײַן מאָדעל פֿון דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער שפּראַך.