יעקבֿ באַסנער, מײַסטער־לערער פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, מיט טאַמאַרע און שלום לאָנדנער, פֿאַרוואַלטערס פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער "ייִדיש־קולטור־קלוב" |
אין אָקטאָבער, נאָך די ייִדישע יום־טובֿים, איז אין דער שטאָט סאַן־דיעגאָ (קאַליפֿאָרניע) פֿאָרגעקומען די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער אָסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן". אַן אונטערנעמונג, וואָס ברענגט צונויף פֿאָרשטייער פֿון אַלע עקן אַמעריקע, ווי אויך ייִדיש־ליבהאָבער פֿון מעקסיקע, קאַנאַדע און נאָך אַנדערע לענדער.
די אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן האָט זיך געגרינדעט אין 1993 אין וואַשינגטאָן. די הײַיאָריקע קאָנפֿערענץ איז געווען די צוועלעפֿטע אין איר געשיכטע. דאָס יאָר האָבן דאָמינירט צוויי טעמעס: "100 יאָר נאָך דער היסטאָרישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ" און "דער ייִדיש־לימוד אין אַמעריקע".
עטלעכע רעדנער אויף דער קאָנפֿערענץ האָבן דערציילט וועגן דער שטאָט טשערנאָוויץ און דעם בײַטראָג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער וועלט־ליטעראַטור און קונסט. פּראָפֿ׳ מײַנהאַרד מייער האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף דער שאַפֿונג פֿונעם גרויסן ייִדישן פֿאַבוליסט אליעזר שטיינבאַרג און דעם פּאָעט איציק מאַנגער; ער האָט אויך באַטאָנט די ווערטן פֿון די דײַטש־שפּראַכיקע דיכטער, אָפּשטאַמיקע פֿון טשערנאָוויץ, אַזעלכער ווי פּאָל סעלאַן.
צום ערשטן מאָל האָט מען זיך באַמיט צו אָרגאַניזירן די ייִדיש־לערער פֿון אַמעריקע אין אַ פֿאַראייניקטער גרופּע. דער ציל איז געווען זיך טיילן מיט געדאַנקען, שאַפֿן נײַע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן און אפֿשר זיך האַלטן בײַ אַ געוויסן סטאַנדאַרט, כּדי אַלע קלאַסן זאָלן זיך פֿירן אויפֿן ריכטיקן וועג.
לאָרי כּהן־סײַמאַן, אַ לערערין אין דער "אַרבעטער־רינג"־שול אין קליוולאַנד, איז געווען די איניציאַטאָרין פֿון שאַפֿן אַזאַ גרופּע. זי איז אויך אַ זינגערין, וואָס האָט שוין אַרויסגעלאָזט דרײַ קאָמפּאַקטלעך פֿון ייִדישע שול־ און קינדער־לידער.
די לערערין פֿריידל גראַפּאַ־סיעלאַק דערציילט וועגן איר לערן־ביכל פֿאַר קינדער |
מע האָט דורכגעפֿירט פֿיר זיצונגען: "געזאַנג בײַם לערנען ייִדיש", "די לערן־פּראָגראַם", "די פּעדאַגאָגישע מעטאָדיק" און "די אָרגאַניזאַציע פֿון אַ לערער־גרופּע". עס איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו הערן וועגן די אַקטיוויטעטן און דער שאַפֿערישקייט בײַ די לערער. אָבער עס איז אויך קלאָר געוואָרן, אַז דער מצבֿ פֿון ייִדיש־לערערײַ איז זייער אָפּגעשוואַכט.
די אַלגעמיינע פּראָבלעם איז, אַז אין אַמעריקע האָט זיך איבערגעריסן די טראַדיציע פֿון דער ייִדיש־לערערײַ. כּמעט אַלע ייִדיש־לערער פֿון איצטיקן דור האָבן ניט באַקומען קיין ספּעציעלע צוגרייטונג צו זײַן אַ לערער פֿון ייִדיש — ניט אין די שולן און אַפֿילו ניט אין די אוניווערסיטעטן. זיי מוזן אַליין אָדער צוגרייטן לערן־מאַטעריאַלן, אָדער אויסקלײַבן פֿון די געציילטע לערן־ביכער אַ פּאַסיקע אויסגאַבע פֿאַר זיך און זייערע תּלמידים.
מיט ליכט דאַרף מען זוכן כרעסטאָמאַטיעס, מיט אַדאַפּטירטע טעקסטן און וואָקאַבולאַרן פֿון פֿאַרשיידענע ניוואָען. עס פֿעלט אַ מעטאָדישע ליטעראַטור, אויסגעאַרבעט פֿון הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע, געניטע לערער. עס פֿעלט אַ געאייניקטער "פֿאַראיין פֿון ייִדיש־לערער", מיט אַ קוואַליפֿיצירטער עלעקטראָנישער פּובליקאַציע. ס‘איז זייער וויכטיק צו אָרגאַניזירן רעגולערע סעמינאַרן פֿאַר לערער. אָט די אויפֿגאַבע וואָלט געקאָנט אויף זיך נעמען דער "אַרבעטער־רינג", וואָס האָט אַ מאָל געפֿירט אַ פֿאַרשפּרייטע פֿעדאַגאָגישע טעטיקייט. מע טאָר ניט דעם "ייִדיש־לימוד" פֿאַרוואַנדלען נאָר אין אַ לימוד פֿון לערנען ייִדישע וויצן און געזאַנג.
צום באַדויערן, זײַנען די "לערער־פּאַנעלן" געווען צוגעגרייט שוואַך און דורכעפֿירט געוואָרן אין אײַלעניש. פֿון דעסטוועגן, איז עס געווען אַ נוצלעכער פּרוּוו אַרײַנצוברענגען די וויכטיקסטע טעמע אין די ראַמען פֿון דער בכּבֿודיקער "אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן". אפֿשר וואָלט טאַקע אויך די חשובֿע אָרגאַניזאַציע אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע און געהאָלפֿן צו שאָפֿן אַזאַ "פֿאַראיין פֿון ייִדיש־לערער". לאָמיר האָפֿן, אַז נאָך דעם ערשטן שריט, וועט געשטעלט ווערן דער צווייטער.
לויט די מאַטעריאַלן פֿון "פֿאָרווערטס"