מרדכי שטריגלער (1921—1998)

מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז די פּרעסטיזשע איציק מאַנגער-פּרעמיע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור צוגעטיילט געוואָרן דעם ייִדישן שרײַבער און זשורנאַליסט מרדכי שטריגלער. אין יענער צײַט האָט ער רעדאַקטירט דעם ניו-יאָרקער פּועלי-ציוניסטישן זשורנאַל "ייִדישער קעמפֿער". נאָכן דורכמאַכן די וועלט-מלחמה אין דער וואַרשעווער געטאָ און פֿאַרשיידענע לאַגערן, האָט מרדכי שטריגלער געוווינט אין פּאַריז, רעדאַקטירט דאָרטן די טאָג-צײַטונג "אונזער וואָרט". דאָרטן איז אין 1947 אַרויס זײַן ערשט בוך — אַ פּאָעטישע זאַמלונג אונטערן נאָמען "אין אַ פֿרעמדן דור". אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכער — ראָמאַנען, דערציילונגען, עסייען.

אין 1953 האָט מרדכי שטריגלער זיך אויף שטענדיק באַזעצט אין ניו-יאָרק. פֿון יענער צײַט אָן האָט ער געדרוקט אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס". זינט 1968 איז ער געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג, געשריבן דרײַ אַרטיקלען אַ וואָך — אויף פּאָליטיש-געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס, דער עיקר, אין שײַכות מיט ישׂראל, און אויף רעליגיעזע טעמעס. פֿון 1987 ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן איז ער געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג. אַן אומדערמידלעכער האָרעפּאַשניק, האָט ער געדרוקט אַרטיקלען אונטער אַ פּאָר צענדליק פּסעוודאָנימען. אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן זשורנאַליזם אין דער תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט מרדכי שטריגלער געלאָזט אַ טיפֿן שפּור.

ייִדישע ווערטערביכער

אין מינסק, די הויפּטשטאָט פֿון ווײַסרוסלאַנד, איז סוף סעפּטעמבער אַרויס אַ ייִדיש-ווײַסרוסיש ווערטערבוך (1,000 קאָפּיעס). דער באַנד, 928 זײַטלעך, שליסט אײַן אַרום 50 טויזנט ווערטער, ווי אויך אַ גרויסן פֿראַזעאָלאָגישן מאַטעריאַל. דער צונויפֿשטעלער, אַלעקסאַנדר אַסטראַוך, האָט געאַרבעט אין משך פֿון עלף יאָר, צוגרייטנדיק די דאָזיקע לעקסיקאָגראַפֿישע אויסגאַבע. אַן עטנישער ווײַסרוס, האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש אין יאָר 1984. עטלעכע יאָר האָט ער שטודירט ייִדיש אין דעם ווילנער אוניווערסיטעט.

דאָס ווערטערבוך איז אַרויס אין אַ טראַנסליטערירטער פֿאָרעם, ווײַל אַסטראַוכס קאָמפּיוטער האָט ניט געהאַט קיין ייִדישע אותיות. אַזאַ מאָדנע סיבה איז אָנגעוויזן אין דער ווײַסרוסישער מעדיאַ. אַ סבֿרא, אַז דאָס האָט געדאַרפֿט זײַן זייער אַן אַלטיטשקער קאָמפּיוטער. די פּובליקאַציע גופֿא האָט פֿינאַנסירט אַ רוסיש-ייִדישער געשעפֿטסמאַן, אַ בעל-תּשובֿה, אַ ליובאַוויטשער חסיד, אָבער קיין ייִדיש קען ער ניט. מע דערציילט, אַז אַלעקסאַנדר אַסטראַוך באַשעפֿטיקט זיך איצט מיט אַ נײַעם פּראָיעקט — אַ ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך.

אַלעקסאַנדר אַסטראַוך
אַלעקסאַנדר אַסטראַוך

אין די סאָוועטישע צײַטן, ביזן יאָר 1938, איז ייִדיש געווען אין ווײַסרוסלאַנד איינע פֿון די אָפֿיציעלע שפּראַכן, צוזאַמען מיט ווײַסרוסיש, רוסיש און פּויליש. מע האָט ייִדיש ברייט גענוצט אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון פּריוואַטן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. נאָך אין 1999, האָט די פֿאָלקסציילונג אַנטפּלעקט אַרום צוויי טויזנט ווײַסרוסישע תּושבֿים, וואָס זייער מוטער-שפּראַך איז געווען ייִדיש. די הויפּט-שפּראַך פֿונעם ווערטערבוך, ווײַסרוסיש, איז גאַנץ ווייניק פֿאַרשפּרייט אין איצטיקן ווײַסרוסלאַנד, וווּ עס דאָמינירט רוסיש.

* * *

אין אינטערנעץ קען מען איצט געפֿינען אַ פֿולן פֿאָטאָסטאַט פֿונעם "רוסיש-ייִדיש ווערטערבוך פֿאַר דער אָנפֿאַנגשול", צונויפֿגעשטעלט דורכן פֿירנדיקן סאָוועטיש-ייִדישן לינגוויסט אלי פֿאַלקאָוויטש. דאָס ווערטערבוך איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1941. אַ פֿרײַען צוטריט צו אים באַקומט מען לויטן אַדרעס www.jewniverse.ru/RED/Falkovich/index.htm דאָס איז אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן, וועלכע עס האָט אַרויסגעשטעלט אין דעם עלעקטראָנישן רוים אַלעקסאַנדר סאָלדאַטאָוו, וואָס וווינט אין דער ווייניק באַקאַנטער רוסישער שטאָט קאַמענסק-אוראַלסקי.

אַלעקסאַנדר סאָלדאַטאָוו האָט אַ ייִדישן פּסעוודאָנים — איציק מאירס. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1980 אין דער שטאָט אַסבעסט, וואָס איז אין דער יעקאַטערינבורגער געגנט. אין 1999 האָט ער פֿאַרענדיקט די מיטלשול. ייִדיש האָט ער אויסגעלערנט אַליין און שרײַבט לידער אויף דער שפּראַך. מע רופֿט סאָלדאַטאָוו-מאירס אָן ווי איינעם פֿון די פֿינף ייִדישע דיכטער, וואָס וווינען איצט אין רוסלאַנד. דערצו שטעלט ער צונויף אַ ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך, וואָס מע קען נוצן אין אינטערנעץ — זען:

www.jewniverse.ru/biher/Yiddish/index.htm

נאָך איין פּראָיעקט פֿון אַ ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך איז אַרויסגעשטעלט לויטן אַדרעס:

www.newswe.com/index.php?go=Pages&in=view&id=435.

זײַן צונויפֿשטעלער איז אַ ישׂראלי, באָריס ווײַנבלאַט. אויב די רעדאַקציע פֿון "ווײַטער" האָט ניט קיין טעות, פֿירט באָריס ווײַנבלאַט די דאָזיקע אַרבעט זינט די 1980ער יאָרן.

ייִדיש אין ענגליש

דער NationalJournal.com האָט מיטגעטיילט וועגן אַ צונויפֿקומעניש, סוף אויגוסט, פֿון פּראָמינענטע דעמאָקראַטן. געשען איז עס אין דענווער, אין דער מוזיי-דירה פֿון גאָלדע מאיר. די קומענדיקע ישׂראלדיקע פּאָליטיקערין האָט דאָרטן געלעבט אַ פּאָר יאָר, ווען זי איז נאָך געווען זייער יונג. ס׳איז באַוווּסט, אַז גאָלדע מאיר האָט קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן ייִדיש און גאַנץ אָפֿט (דער עיקר, מחוץ-לאָרץ) האָט זי געהאַלטן רעדעס אויף איר מאַמע-לשון.

די ווענט פֿון דעם מוזיי-דירה האָבן, אַ פּנים, באַגײַסטערט אויך די איצטיקע אַמעריקאַנער פּאָליטיקער זיך ווענדן צו ייִדיש-שטאַמיקע ווערטער, כּדי כאַראַקטעריזירן באַראַק אָבאַמאַ און דזשאָ בײַדען. מע דערציילט עס אַזוי: דער אָרעגאָנער סענאַטאָר ראָן ווײַדען האָט געזאָגט וועגן בײַדען, אַז "ער איז mishbucha" — אַזוי האָט אויף זײַן ענגליש געקלונגען "משפּחה". דעבי וואַסערמאַן שולץ, די פֿלאָרידער מיטגלידערין פֿון קאָנגרעס, האָט גערעדט וועגן אָבאַמאַ — אַז דער דעמאָקראַטישער קאַנדידאַט איז אַ mensch.