אויפֿטריט פֿון שלמה מיכאָעלס בעת אַ מיטינג אין די מלחמה־יאָרן |
א.
דעם 20סטן נאָוועמבער 1948 איז אין מאָסקווע אַרויס דער לעצטער נומער פֿון דער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט". דער אַרויסגעבער פֿון דער דאָזיקער צײַטונג, וועלכע האָט עקזיסטירט זינט דעם 7טן יוני 1942, איז געווען דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט. ער איז געשאַפֿן געוואָרן דורך דער סאָוועטישער רעגירונג ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע-אַגענץ. דער הויפּט-ציל פֿון דעם קאָמיטעט איז געווען צו פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע אין אויסלענדישע ייִדישע קרײַזן, צו שאַפֿן אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צו דער רויטער אַרמיי און, בכלל, צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן האָט געדרוקט די "אייניקייט", וועלכע האָט געהאַט טויזנטער סאָוועטישע און אויסלענדישע לייענער.
די ליקווידאַציע פֿון דער צײַטונג איז געווען אַ טייל פֿון אַ ברייטערן פּלאַן, לויט וועלכן עס זײַנען פֿאַרמאַכט געוואָרן אַלע פֿאַרבליבענע סאָוועטיש-ייִדישע אינסטיטוציעס. זינט נאָוועמבער 1948 האָט מען די ייִדישע אותיות געדרוקט נאָר אין איין אָרט — אין ביראָבידזשאַן. אויף דער איבעריקער סאָוועטישער טעריטאָריע איז קיין סימן ניט פֿאַרבליבן פֿון דער ייִדישער פּרעסע, פֿאַרלעגערײַ, ראַדיאָ, טעאַטער, בילדונג און אַקאַדעמישער אַרבעט.
דער ציל פֿון אָט דער רדיפֿה אויף ייִדישער קולטור איז געווען אַ קלאָרער: אָפּהאַקן דעם קאָפּ פֿון דעם נאַציאָנאַל-טראַכטנדיקן טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דערמיט האָט מען פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט דעם קאַמף, וואָס די באָלשעוויקעס האָבן אין משך פֿון אַ האַלב יאָרהונדערט געפֿירט קעגן דער דאָקטרין פֿון ייִדישער קולטור-אויטאָנאָמיע.
אָבער — ניט געקוקט אויף דעם טעאָרעטישן קאַמף — האָבן כּלערליי פֿאָרמען פֿון ייִדישער קולטור-אויטאָנאָמיע זיך ביז סוף 1940ער יאָרן אָפּגעהיט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, כאָטש אין די 1930ער יאָרן האָט מען זיי היפּש מינימיזירט. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען זיי ווידער אויסגעוואַקסן, ווײַל די מלוכה האָט זיך אין זיי גענייטיקט צוליב פּראָפּאַגאַנדיסטישע טעמים. אין דעם פֿראָסט פֿון דער קאַלטער מלחמה, האָט מען זיי אין גאַנצן אויסגעוואָרצלט.
ב.
די סאָוועטישע זיכערקייט-אָרגאַנען, דער הויפּט-אינסטרומענט פֿון רעפּרעסיעס, האָט אַרעסטירט איבער 100 יחידים, דער עיקר, קולטור-טוער. דאָס איז געווען דער "מענטשלעכער מאַטעריאַל" פֿאַרן קרימינעלן ענין קעגן דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דעם אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער שלמה מיכאָעלס, וואָס איז געווען דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט, האָט מען ניט אַרעסטירט. ער איז אומגעקומען נאָך אין יאַנואַר 1948. אָפּגעטאָן האָבן עס די זיכערקייט-אָרגאַנען — זיי האָבן אינסצענירט אַן אַקצידענט.
מיט די איבעריקע לײַט האָט מען קיין קאָמפּליצירטן טעאַטער ניט געשפּילט — מע האָט זיי פּשוט אַרײַנגעוואָרפֿן אין טורמעס. דער ערשטער פֿון די אָנגעזעענע ייִדישע קולטור-טוער, וועלכן מען האָט פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה, איז געווען דער דיכטער דוד האָפֿשטיין. דאָס איז געווען אין סעפּטעמבער 1948. ס׳רובֿ אַנדערע פֿירנדיקע מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט מען אַרעסטירט אין דעצעמבער 1948 און יאַנואַר 1949. צווישן די אַרעסטירטע זײַנען געווען די באַקאַנטסטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער: דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ און איציק פֿעפֿער.
דרײַ מיט אַ האַלב יאָר האָט מען זיי געהאַלטן אין טורמע. פֿון די אויסגעמוטשעטע מענטשן האָט מען געפֿאָדערט, זיי זאָלן "זיך אָנערקענען" אין אויסגעטראַכטע פֿאַרברעכנס קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים. קודם-כּל — אַז זיי זײַנען געווען נאַציאָנאַליסטן און האָבן מיטגעאַרבעט מיט אויסלענדישע אויסשפּירער. די "אויסשפּירער" זײַנען אויך געווען, פֿאַרשטייט זיך, אויסגעטראַכטע. למשל, איינער פֿון זיי איז כּלומרשט געווען פּסח נאָוויק, דער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער ייִדישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט". נאָוויק האָט פּונקט אין יענער צײַט געמוזט אַ סך אויסשטיין אין אַמעריקע פֿאַר זײַן געטרײַשאַפֿט דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
הגם דער גאַנצער ענין פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געווען באַזירט אויף אומבאַגרינדעטע באַשולדיקונגען, האָט מען דעם 12טן אויגוסט 1952 דערשאָסן דרײַצן פֿון די באַשולדיקטע. דער קאָפּ פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור איז אָפּגעהאַקט געוואָרן.
ג.
דער געריכט איבער די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געווען אַ געהיימער. אייניקע פּרטים וועגן די געשעענישן האָבן זיך באַוויזן נאָר סוף 1955, ווען מע האָט אָנגעהויבן רעהאַביליטירן די אומגעבראַכטע. אָבער ביז סוף 1980ער יאָרן האָט די סאָוועטישע רעגירונג ניט אָנערקענט, אַז ס׳איז געווען אַן ענין קעגן דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. מע האָט נאָר אָנערקענט, אַז אַ צאָל ייִדישע טוער זײַנען אומגעקומען בעת די סטאַליניסטישע רדיפֿות.
אָבער אַפֿילו די באַגרענעצטע אינפֿאָרמאַציע האָט אויפֿגערודערט די ייִדישע קרײַזן אין אויסלאַנד. באַזונדערס שאָקירנדיק איז עס געווען פֿאַר די ייִדישע קאָמוניסטן. טויזנטער פֿון זיי האָבן פֿאַרלאָזט די קאָמוניסטישע באַוועגונג. אָבער אַפֿילו די אַקטיוויסטן, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן אין דער באַוועגונג, האָבן קריטיקירט דעם סטאַליניסטישן נוסח פֿון קאָמוניזם. דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט אין גאַנצן פֿאַרלוירן דעם אימאַזש פֿון אַ פֿעלקערפֿרײַער געזעלשאַפֿט.
אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גופֿא האָט די רעגירונג לאַנג ניט געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן די אינסטיטוציעס פֿאַר ייִדישער קולטור. אַ פּאָר יאָר נאָך סטאַלינס טויט אין 1953 האָט מען דערלויבט ייִדישע קאָנצערטן. עס האָט געדויערט אַזש ביז 1959, ווען אַ ייִדיש בוך איז סוף-כּל-סוף אַרויס אין מאָסקווע — דאָס איז געווען אַ זאַמלונג פֿון שלום-עליכמס דערציילונגען. נאָך אין צוויי יאָר אַרום, אין אויגוסט 1961, איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד".
דעם זשורנאַל און די ביכער האָבן די אויסלענדישע און סאָוועטישע טוער קוים אויסגעפּועלט אין די הויכע פֿענצטער פֿונעם מאָסקווער קרעמל. אַזוי, אויפֿן שפּיץ מעסער, האָט אַ סאָוועטישער ייִד באַקומען אַ צוטריט צו דער קולטור אויף ייִדיש.