האַנס ראָזענגאָלד און סאַבינע קאָלער
האַנס ראָזענגאָלד און סאַבינע קאָלער

דעם 13טן נאָוועמבער האָט מען אין דער שטאָט רעגענסבורג פּרעזענטירט די ערשטע דײַטשישע איבערזעצונג פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס בוך "אַ טאָג אין רעגענסבורג". די געשעענישן קומען פֿאָר אין יאָר 1519 — דער מחבר האָט געוואָלט איבערגעבן די אַטמאָספֿער און אַפֿילו די שפּראַך פֿון אַשכּנזישן מיטלעלטער. גלײַכצײַטיק האָט דער סיפּור-המעשׂה וועגן די אַמאָליקע קריסטלעך-ייִדישע באַציִונגען געהאַט אַ מאָדערנעם אָפּקלאַנג.

די איבערזעצונג איז אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון דעם פּראָיעקט "מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אין ליטעראַטור און מאָלערײַ: מאַרק שאַגאַל", וואָס ווערט געפֿירט אין אינסטיטוט פֿון סלאַוויסטיק בײַם רעגענסבורגער אוניווערסיטעט. בראָש דעם פּראָיעקט שטייט דר. סאַבינע קאָלער, אַ קענערין פֿון רוסישער ליטעראַטור און קולטור. די איבערזעצונג פֿון "אַ טאָג אין רעגענסבורג" האָט זי געמאַכט צוזאַמען מיט עוויטאַ וויצקי, וואָס פֿירט דאָרטן אָן מיט ייִדיש-קלאַסן זינט ווינטער 2005—2006.

אָפּאַטאָשו און שאַגאַל זײַנען געווען נאָענטע פֿרײַנד, בפֿרט אין די יאָרן 1941—1947, ווען דער קינסטלער האָט געוווינט אין ניו-יאָרק. אָבער זיי האָבן זיך געחבֿרט אויך פֿריִער. ווי אַ באַווײַז פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט איז אין 1933 אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון "אַ טאָג אין רעגענסבורג" מיט אַ הילע, וועלכע עס האָט געמאַכט שאַגאַל. יוסף אָפּאַטאָשו איז ניט קיין פּנים-חדשות פֿאַרן אינפֿאָרמירטן דײַטשישן לייענער. אויף דײַטש זײַנען אָפּאַטאָשוס ווערק אַרויס אין די 1920ער יאָרן, און אין 1985 איז אויף דײַטש פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן זײַן לעצטער היסטאָרישער ראָמאַן "בר-כּוכבא".

צוויי הונדערט לײַט זײַנען געקומען אויף דער פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך Ein Tag in Regensburg. צווישן זיי איז געווען אויך האַנס ראָזענגאָלד, דער רעגענסבורגער ראָש-הקהל. דעם 15טן פֿעברואַר 2009 וועט זיך עפֿענען אַן אויסשטעלונג, וואָס איז פֿאַרבונדן אי מיטן בוך, אי מיט דער ייִדישער געשיכטע פֿון דער אַלטער בײַערשער שטאָט בכלל. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין רעגענסבורג נאָך מיט אַ יאָרטויזנט צוריק. הײַנט-צו-טאָג האָט די שטאָט עטלעכע הונדערט ייִדישע תּושבֿים, דער עיקר, די פֿריש-אָנגעקומענע עמיגראַנטן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אויף דער אויסשטעלונג וועט מען ווײַזן אויך דעם ייִדישן זשורנאַל "דער נײַער מאָמענט", וואָס מע האָט געדרוקט אין דעם רעגענסבורגער די-פּי-לאַגער אין די יאָרן 1946—1947.

דן אָפּאַטאָשו

דאָס אייניקל פֿון דעם ייִדישן שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו און דער זון פֿון דעם אַקטיאָר דוד אָפּאַטאָשו פֿירט אַן אַקטיווע אַרבעט לטובֿת ייִדיש. דעם גאַנץ ברייטן פֿאַרנעם פֿון דן אָפּאַטאָשוס אַרבעט העלפֿן זײַנע פֿאַרבינדונגען אין דער וועלט פֿון אַמעריקאַנער קינאָ. אַ שוואָגער פֿון סטיווען שפּילבערג, איז דן אָפּאַטאָשו אַליין אַ סצענאַריסט.

דן אָפּאַטאָשו איז באַזונדערס פֿאַרטאָן אין דער טעטיקייט פֿון דער לאָס-אַנדזשעלעסער אָרגאַניזאַציע "ייִדישקייט", וווּ ער איז דער עקזעקוטיוו-דירעקטאָר. זײַן בײַטראָג איז אויך אָפּגעשאַצט דורך דעם ווילנער ייִדיש-אינסטיטוט. סוף אָקטאָבער 2008 האָט ער זיך באַטייליקט אין דער 12טער קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע קלובן.


ייִדיש אין אינטערנעץ

אין זײַן דעצעמבער-בריוו צו די שטיצער פֿונעם ייִדישן ביכער-צענטער www.yiddishbookcenter.org/+10496 זאָגט צו אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון דער דאָזיקער חשובֿער אינסטיטוציע, אַז אָט-אָט וועט יעדער איינער קענען באַקומען אַן עלעקטראָנישן צוטריט צו זײַנע אוצרות. לאַנסקי שרײַבט וועגן 11,000 ביכער-טיטלען, וואָס מע וועט קענען פֿרײַ לייענען און קאָפּירן פֿון דעם צענטערס וועבזײַט.

* * *

אַן אינטערסאַנטע קאָלעקציע פֿון ייִדישע אויסגאַבעס (דער עיקר, די הילעס צי שער-בלעטער) קען מען געפֿינען אין דער נײַער פּאַן-אייראָפּעיִשער זאַמלונג www.europeana.eu. פֿאַקטיש שטאַמען די דאָזיקע עלעקטראָנישע אימאַזשן פֿון דער קאָלעקציע, וואָס געפֿינט זיך אין פּאַריזער מוזיי פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע.

* * *

ווערק פֿון אַ צאָל ייִדישע שרײַבער זײַנען שוין איצט צוטריטלעך אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט לויטן אַדרעס www.polona.pl. צווישן זיי זײַנען דאָ ווערק פֿון שלמה עטינגער, י. ל. פּרץ, הירש-דוד נאָמבערג און לייב נײַדוס. דאָס זײַנען אויסגאַבעס פֿון סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. אַ סבֿרא, אַז אַ דאַנק דעם, האָט ניט די פּוילישע ביבליאָטעק קיין צרות מיט דרוקרעכט אויף אָט די ביכער.

* * *

אַכט הונדערט אַלטע ייִדישע ביכער, געדרוקט פֿון 16טן, 17טן, 18טן און 19טן יאָרהונדערטער, קען מען לייענען אויפֿן וועבזײַט פֿון דער פֿראַנקפֿורטער ביבליאָטעק: www.literatur-des-judentums.de/jd/templates/template.xml?Sprache=de&js=yes&Skript=Home.