א
יוסף אָפּאַטאָשוס נאָמען איז הײַנט, דער עיקר, באַקאַנט (אויב ס׳איז באַקאַנט בכלל) אַ דאַנק זײַן דערציילונג "אַ ראָמאַן פֿון אַ פֿערד-גנבֿ". דאָס דאָזיקע ווערק האָט פֿאַרנומען אַן אָרט אין איצטיקער ענגליש-שפּראַכיקער קולטור, ערשטנס, אַ דאַנק דעם האָליוווּד-פֿילם (1971), באַזירט — אמת, נאָר אַן ערך — אויף דער דערציילונג; צווייטנס, אַ דאַנק דער ענגלישער איבערזעצונג, וואָס איז אַרײַן אין דער אַנטאָלאָגישער זאַמלונג A Shtetl and Other Yiddish Novellas, רעדאַקטירט דורך רות ווײַס.
דער פֿילם "אַ ראָמאַן פֿון אַ פֿערד-גנבֿ" איז געוואָרן אַ פֿענאָמען אין דער געשיכטע פֿון האָליוווּד, וואָס האָט דעמאָלט צום ערשטן מאָל פּראָדוצירט אַ קינאָ-ווערק באַזירט אויף אַ ייִדישן ליטעראַרישן קוואַל. ס'איז געוואָרן אויך אַ וויכטיק זײַטל אין לעבן פֿונעם רעזשיסאָר אַבֿרהם פּאָלאָנסקי (1910—1999), וועמעס קאַריערע איז געלעגן אין חורבֿות נאָך דעם ווי זײַן נאָמען האָט זיך באַוויזן אין די מאַק‘קאַרטישע "שוואַרצע רשימות". צוזאַמען מיט פּאָלאָנסקין האָט דעם סצענאַר געשריבן יוסף אָפּאַטאָשוס זון, דוד (1918—1996).
דוד אָפּאַטאָשוס שאַפֿערישער וועג האָט זיך אָנגעהויבן אין ייִדיש. ער האָט געשפּילט אין ייִדישן טעאַטער און געשריבן ייִדישע דערציילונגען. אין 1948 איז אין ניו-יאָרק אַרויס זײַן זאַמלונג "צווישן ים און מידבר". אָבער שפּעטער, באַזונדערס נאָך זײַן ראָלע אין דעם פֿילם Exodus ("יציאה", 1960), איז ער געוואָרן באַקאַנט ווי אַ האָליוווּד-אַקטיאָר.
די ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער דערציילונג "אַ ראָמאַן פֿון אַ פֿערד-גנבֿ" ווערט אָפֿט אײַנגעשלאָסן אין פּראָגראַמען פֿון קלאַסן אין קאָלעדזשן און אוניווערסיטעטן. דאָס ווערק פֿירט זיי אַרײַן אין דער ייִדישער אונטערוועלט פֿון מיזרח-אייראָפּע. יוסף אָפּאַטאָשו איז געווען ניט דער איינציקער ייִדישער שרײַבער, וואָס עס האָט אים געצויגן צו באַשרײַבן גזלנים און גנבֿים. די קרימינעלע שיכטן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָבן מיט זיך פֿאַרקערפּערט בונטאַרישקייט און אָפּגעוואָרפֿן די סטערעאָטיפּן פֿון פּאַסיווע, שוואַכינקע שטעטלדיקע תּושבֿים.
דוד אָפּאַטאָשו אין "יציאה" |
ב
יוסף־מאיר אָפּאַטאָווסקי — אַזאַ איז דער אמתער משפּחה-נאָמען פֿון אָפּאַטאָשו — איז געבוירן געוואָרן ניט ווײַט פֿון מלאַווע, אַ שטאָט אין פּוילן, וווּ יעדער דריטער תּושבֿ איז געווען אַ ייִד. אָבער די אָפּאַטאָווסקיס האָבן געוווינט ניט אין דער שטאָט גופֿא, נאָר אין וואַלד, ניט ווײַט פֿון דער שטאָט. דוד אָפּאַטאָווסקי, יוספֿס פֿאָטער, איז געווען אַ האָלץ-הענדלער.
אַ משׂכּיל, וואָס האָט געשריבן העברעיִשע שירים, האָט דער פֿאָטער געוואָלט געבן דעם זון סײַ אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע, סײַ אַ וועלטלעכע בילדונג. דער קומענדיקער שרײַבער האָט באַזוכט אַ "חדר-מתּוקן" (אַ מאָדערניזירטע ייִדישע שול) און רוסישע שולן. אין 1905 איז ער געפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר זיך געלערנט אין אַ פּאָליטעכניקום, אין נאַנסי.
אין 1907 האָט דער יונגער אָפּאַטאָווסקי פֿאַרלאָזט אייראָפּע און זיך געלאָזט קיין ניו-יאָרק, וווּ צו יענער צײַט האָט זיך שוין באַזעצט זײַן פֿאָטער. אין ניו-יאָרק האָט יוסף אָפּאַטאָווסקי געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק, געווען אַ צײַטונג-טרעגער און אַ העברעיִשער לערער. גלײַכצײַטיק האָט ער פֿאַרענדיקט זײַן בילדונג אין "קופּער-יוניאָן"-טעכניקום, און באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון אַ ציוויל-אינזשעניר. אָבער בײַ דער פֿאַך האָט ער ווייניק געאַרבעט, ווײַל עס האָט אים געצויגן צו ליטעראַטור.
די טראַנספֿאָרמאַציע פֿון אָפּאַטאָווסקי צו אָפּאַטאָשו האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1910, ווען ס'איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן זײַן ערשטע דערציילונג, "אויף יענער זײַט בריק". אין 1912 איז אַרויס "אַ ראָמאַן פֿון אַ פֿערד-גנבֿ". אין 1918 הייבט ער אָן דרוקן קורצע און לענגערע דערציילונגען אין דער צײַטונג "דער טאָג", וואָס איז שפּעטער געוואָרן זײַן שטענדיקע ליטעראַרישע היים.
ג
דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט אָפּאַטאָשוס ראָמאַן "אין פּוילישע וועלדער" (1921), וואָס איז דערשינען אַ צענדליק מאָל אויף ייִדיש און איז אַרויס אויך אויף אַנדערע שפּראַכן: העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און אוקראַיִניש. דאָס איז געווען איינער פֿון די ערשטע מאָדערנע היסטאָרישע ראָמאַנען אויף ייִדיש. אָפּאַטאָשו האָט זיך באַמיט אויסצומײַדן אַפּאָלאָגעטישקייט און איינזײַטיקייט. ער האָט געוויזן די ליכטיקע זײַטן און די שאָטנס פֿון חסידישן לעבן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד אין יאָר 1863.
אידעאָלאָגיש איז אָפּאַטאָשו געווען לינק, וואָס איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר אַ סך מחברים פֿון "דער טאָג". ער האָט גאַנץ פּאָזיטיוו אָפּגעשאַצט די אַנטוויקלונגען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. צוויי מאָל, אין 1928 און 1934, האָט ער באַזוכט די קאָמוניסטישע מדינה. סאָוועטישע פֿאַרלאַגן האָבן אַרויסגעגעבן עטלעכע זײַנע ביכער. פֿרײַנדלעכע באַציִונגען האָבן אים פֿאַרבונדן מיט סאָוועטישע שרײַבער, בפֿרט מיט פּרץ מאַרקישן.
אין 1937 האָט ער זיך באַטייליקט אין דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס אין פּאַריז, וואָס האָט צוגעצויגן צו זיך די קולטור-טוער, וועלכע זײַנען געווען גרייט מיטצואַרבעטן מיט די קאָמוניסטן. אין זײַן אַרויסטרעטונג האָט אָפּאַטאָשו דערקלערט דעם טײַטש פֿונעם וואָרט "ייִדישלאַנד", וואָס איז אין יענער צײַט אַרײַן אין דער מאָדע: "‘אַשכּנז’ האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ געאָגראַפֿישער באַגריף, ס'איז געוואָרן אַן אידעיִשער, ס'איז געוואָרן ‘ייִדישלאַנד’." אין זײַנע פּובליציסטישע ווערק האָט אָפּאַטאָשו געפּרוּווט צו געפֿינען אין דער מאָדערנער וועלט אַן אָרט פֿאַר וועלטלעכער קולטור אויף ייִדיש. אייניקע פֿון די עסייען זײַנען אַרײַן אין דער זאַמלונג "ייִדיש און ייִדישקייט".
אָבער אין לעצטן סך-הכּל איז אָפּאַטאָשו, איינער פֿון די בעסטע מאָדערנע ייִדישע פּראָזע-מײַסטערס, פֿאַרבליבן ווייניק באַקאַנט מחוץ די קרײַזן פֿון ייִדיש-לייענער. כאַראַקטעריש, אַז אין דעם נעקראָלאָג אין "ניו-יאָרק טײַמס" (דעם 8טן אָקטאָבער 1954) איז געשטאַנען געשריבן, אַז אָפּאַטאָשו איז געווען "ניט ברייט באַקאַנט דאָ" (דאָס הייסט, אין אַמעריקע), כאָטש "קריטיקער שטעלן אים אין איין ריי מיט שלום אַשן און י.־י. זינגערן".