דער כעלעמער איז דאָך דער גרעסטער חכם.

איין מאָל האָט דער לערער געפֿרעגט: "וויפֿל איז צוויי מאָל צוויי?" האָט דער כעלעמער געזאָגט: "פֿיר". אָבער דער לערער איז געווען טויב, האָט ער אים געזאָגט: "ניין!" — "דאָס איז אמת", האָט דער תּלמיד געזאָגט. "דו האָסט אַ טעות!", האָט געזאָגט דער לערער. דער כעלעמער תּלמיד איז אַוועק. אַלע זענען געלאָפֿן נאָך אים, אָבער ער האָט נישט געהערט. ער איז געגאַנגען אין וואַלד. "אָבער באַלד וועט זײַן חנוכּה", האָט געזאָגט דער תּלמיד, "און די מאַמע איז אין כּעס אַז איך קום נישט...".

האָט ער געטראַכט און געטראַכט וואָס צו טאָן און געפֿאַלן אויף אַן עצה: דער וועג איז שווער, איבערמאָרגן איז חנוכּה, איך וועל נישט אָנקומען צו דער צײַט. לאָמיך פֿרעגן דעם ווינט, אויב ער קען מיך טראָגן. האָט דער כעלעמער תּלמיד געפֿרעגט: "ווינט, הייב מיך אויף, טראָג מיך צו מײַן היים!" — "גוט", זאָגט דער ווינט, "אָבער דו דאַרפֿסט מיר גרייטן אַ חנוכּה־לעמפּל". — "גוט", זאָגט דער כעלעמער, "אַבי טראָג מיך אַהיים". האָט דער ווינט געזאָגט: "ס׳טײַטש? וווּ איז דאָס חנוכּה־לעמפּל?" איז געגאַנגען דער כעלעמער, געפֿונען אַ האַק, אָפּגעהאַקט אַ שטיקל בוים, געפֿונען אַ שאַרפֿן שטיין, אויסגעשניצט אַ חנוכּה־לעמפּל פֿון דעם שטיקל בוים, געגעבן דעם ווינט — דאָס מיינט: אַרויפֿגעוואָרפֿן דאָס חנוכּה־לעמפּל. דער ווינט האָט עס געכאַפּט און געטראָגן דעם כעלעמער אַהיים, נישט אין גאַנצן אַהיים, אָבער צו דער שטאָט.

האָט דער כעלעמער באַדאַנקט דעם ווינט און אַוועק. זעט ער אַ פֿויגל און זאָגט ער דעם פֿויגל: "דו קענסט מיך טראָגן אַהיים?" זאָגט דער פֿויגל: "נאָר אויב דו גיסט מיר אַ דריידל". זאָגט דער כעלעמער: "אַבי דו טראָגסט מיך אַהיים". זאָגט דער פֿויגל: "ס׳טײַטש?! וווּ איז דאָס דריידל?" גייט דער כעלעמער, נעמט ליים, קנעט פֿון אים אַ דריידל, גיט אים דעם פֿויגל און מע פֿליט. האָט דער פֿויגל אים געברענגט צו דער שוועל פֿון דער שטוב.

זאָגט דער כעלעמער אַ דאַנק און גייט אַוועק, פּרוּווט עפֿענען די טיר. נו, וואָס? זי איז פֿאַרשלאָסן! וועל איך נישט קענען אַרײַן, צו וואָס העלפֿט מיר דאָס?! זעט ער אַ בער. רופֿט ער אים: "בער, בער! קום מיר העלפֿן, זײַ אַזוי גוט!" — "נו, וואָס?", זאָגט דער בער. "עפֿן די טיר, עפֿן די טיר!", זאָגט דער כעלעמער. דער בער זאָגט: "איז, גרייט מיר אַ לאַטקע".

"גוט", זאָגט דער כעלעמער, "אַבי דו עפֿנסט די טיר!" — "ס׳טײַטש!", פֿרעגט דער בער, "וווּ איז די לאַטקע?" גייט דער כעלעמער צו דער שכנה. בעט ער זי: "טײַערע שכנה! לאָז מיך, זײַ אַזוי גוט, גרייטן אין דײַן קיך אַ לאַטקע". — "גוט", זאָגט די שכנה, "נאָר אויב דו גרייטסט אויך איינע פֿאַר מיר!" — "גוט", זאָגט דער כעלעמער, "אַבי דו לאָזט מיך גרייטן אַ לאַטקע אָדער צוויי". "ס׳טײַטש!", זאָגט די שכנה, "וווּ איז די לאַטקע?" גרייט דער כעלעמער אַ לאַטקע, אין דער אמתן צוויי, זייער גיך. געגעבן איינע דער שכנה, און איינע דעם בער. האָט דער בער געעפֿנט די טיר, אָבער די מאַמע איז נישט געווען אין דער היים, נאָר בײַ דער אַרבעט.

האָט דער כעלעמער געגרייט מיטן בער אַזעלכע זאַכן: געשניצט אַ חנוכּה־לעמפּל, געשניצט אַ דריידל, געגאַנגען אין מאַרק, געקויפֿט ליכטלעך אין אַלע קאָלירן און אַלע פֿאָרמען, געמאַכט אַ פּראָבע צו שפּילן מיט פֿיר הענט אויף דער פּיאַנע "מעוז צור" און "ימי החנוכּה" און געזונגען "הנרות הללו" און פּלוצעם איז די מאַמע אַרײַן מיט "המן־טאַשן" און דער כעלעמער האָט געזאָגט דער מאַמען: "וואָס! איצט איז נישט פּורים, נאָר חנוכּה!" האָט די מאַמע געזאָגט: "אָבער דאָס איז זייער געשמאַק און איך זע, אַז סע קומט דיר זייער, צוליב די־אָ אַלע חנוכּה־לעמפּלעך און דריידלעך". — "אמת", האָט געזאָגט דער כעלעמער און געשפּילט דער מאַמען מיטן בער "מעוז צור" און "ימי החנוכּה", אָנגעצונדן ליכטלעך, געזונגען "הנרות הללו".

פּלוצעם איז אַרײַן דער ווינט און דער פֿויגל און נאָך דערצו די שכנה, אַלע וואָס האָבן געהאָלפֿן דעם כעלעמער תּלמיד און געגעסן צוזאַמען: "המן־טאַשן", לאַטקעס, פּאָנטשקעס און געטרונקען נאָך דערצו אַ גרויסן לחיים. צום סוף האָבן זיי פֿאַרבעטן דעם לערער, וואָס האָט געמאַכט אַן אָפּעראַציע אויף די אויערן אויף חנוכּה. איצט הערט ער גוט!