ביכער פֿון יודאַיִקאַ־אינסטיטוט |
דער יאַנואַר־נומער פֿון "ווײַטער" איז געווידמעט געוואָרן דער ייִדישער טעטיקייט אין ווילנע — אַמאָל און הײַנט. אינעם איצטיקן נומער וועט איר געפֿינען נאָטיצן און שאַפֿונגען וועגן דעם אַמאָליקן צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע — קיִעוו.
צווישן די איצטיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס אין קיִעוו איז וויכטיק אָנרופֿן דעם יודאַיִקאַ־אינסטיטוט. דאָס איז אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע, געשאַפֿן מיט אַ ציל צו פֿאָרשן און פֿאַרשפּרייטן דאָס אַמאָליקע און איצטיקע לעבן פֿון דער ייִדישער קהילה אין אוקראַיִנע. די הויפּט־צילן פֿון דעם אינסטיטוט איז צו אָרגאַניזירן און דורכפֿירן וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור אין אוקראַיִנע, ווי אויך צו קאָאָרדינירן די טעטיקייט פֿון די פֿאָרשער אין דעם געביט.
דער יודאַיִקאַ־אינסטיטוט איז געשאַפֿן געוואָרן נאָך די טראַגישע יאָרצענדליקער פֿון באָלשעוויסטישע רעפּרעסיעס, היטלערישן גענאָציד און דעם פֿאַרווער צו פֿאָרשן ייִדישקייט בכלל. אין די סוף 1980ער, אָנהייב 1990ער יאָרן, ווען עס האָבן זיך אָנגעהויבן די פּראָצעסן פֿון נאַציאָנאַלער אויפֿלעבונג, איז שוין צו יענער צײַט נישט געבליבן אין אוקראַיִנע קיין איין ייִדישער מומחה אין דעם געביט, וואָס וואָלט געקאָנט העלפֿן צו באַנײַען די ייִדישע וויסנשאַפֿט. דער אינסטיטוט האָט אָנגעהויבן זײַן אַרבעט פֿאַקטיש פֿון גאָרנישט, אָבער דאָס ווילן צו קענען און פֿאַרשטיין דעם נעכטן און הײַנט פֿון דער ייִדישער עקזיסטענץ אין אוקראַיִנע, האָט צוגעגעבן בטחון. דער אינסטיטוט איז באַשעפֿטיקט איצט אין איבער 30 פּראָיעקטן און פּראָגראַמען. צווישן זיי, זײַנען פֿאַראַן פֿאָרשערישע פּראָיעקטן; אַ פֿאַרנעמיקע היסטאָריש־אַרכיוואַלע פּראָגראַם, פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, אינטעגראַלע פּראָיעקטן, ווי למשל, צו שאַפֿן אַן ענציקלאָפּעדיע "דאָס ייִדישע לעבן אין אוקראַיִנע"; טעמאַטישע אויסשטעלונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען.
עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן און ווערט כּסדר באַרײַכערט מיט מאַטעריאַלן דער אינסטיטוט־אַרכיוו, וווּ עס ווערן אָפּגעהיט זעלטענע פּערזענלעכע און געזעלשאַפֿטלעכע דאָקומענטן, אַרכיוון פֿון ייִדישע שרײַבער, קינסטלער, טוער פֿון ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע; פֿאָטאָגראַפֿיעס, בילדער, ביכער און אַ סך אַנדערע קולטור־מאַטעריאַלן, וועלכע עס האָבן צונויפֿגעזאַמלט און היטן אָפּ די מיטאַרבעטער פֿון דעם אינסטיטוט.
אַ סך ווערט געמאַכט אויפֿן פֿאַרלעגערישן שטח. עס זײַנען אַרויסגעלאָזט געוואָרן מער ווי 50 ביכער וועגן ייִדישער געשיכטע און קולטור; עס גייט רעגולער אַרויס דער ליטעראַטור־פּובליציסטישער אַלמאַנאַך "יעהופּעץ", די יערלעכע אויסגאַבע פֿונעם אייראָפּעיִש־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס, ייִדישע קונסט־קאַלענדאַרן.
צווישן די ביכער, וואָס מע קאָן שוין הײַנט באַשטעלן, זײַנען פֿאַראַן מוסטערן פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, ווי למשל, די איבערזעצונג פֿון דער באַקאַנטער אין ענגליש זאַמלונג "אויסער דעם פֿאַרשטאַנד. גאָטסדינערס און פֿילאָסאָפֿן".אין דעם אָפּטייל "געשיכטע", זײַנען דערשינען זאַמלביכער, אַרויסגעלאָזט בשותּפֿות מיט די ישׂראלדיקע פֿאַרלאַגן, למשל, דאָס זאַמלבוך פֿון דאָקומענטן, וועלכע שפּיגלען אָפּ אַ סך אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע פֿון מיט־19טן יאָרהונדערט. אין דעם ליטעראַטור־אָפּטייל געפֿינען מיר נעמען פֿון ייִדישע שאַפֿער, וואָס זייערע ביכער זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש און אוקראַיִניש: פּרץ מאַרקיש, חיים ביידער, משה לאָיעוו ווי אויך אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישער פּאָעזיע און ליטעראַטור־פֿאַרשונג.
חוץ דעם, פֿירט דער אינסטיטוט דורך פֿאַרשידענע סאָציאָלאָגישע און פּאָליטאָלאָגישע פֿאָרשונגען, אָרגאַניזירט קינסטלערישע אויסשטעלונגען, סעמינאַרן, לעקציעס, יערלעכע פֿעסטיוואַלן פֿון ייִדישן קינאָ, וכּדומה.
אַ וויכטיק אָרט אין דער אַרבעט פֿאַרנעמט דאָס דורכפֿירן יעדעס יאָר די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אונטערן אַלגעמיינעם נאָמען "ייִדישע געשיכטע און קולטור אין די לענדער פֿון צענטראַלער און מיזרחדיקער אייראָפּע". אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך שוין נישט איין מאָל באַטייליקט די וויסנשאַפֿטלער פֿון אוקראַיִנישע שטעט, פֿון רוסלאַנד, ישׂראל, אַמעריקע, פּוילן און אַנדערע לענדער. נאָך יעדער אַזאַ קאָנפֿערענץ ווערט אַרויסגעלאָזט אַ זאַמלונג פֿון די רעפֿעראַטן, געלייענט אויף דער קאָנפֿערענץ. אַ צאָל פּראָגראַמען האָט מען שוין דורכגעפֿירט עטלעכע מאָל. כּסדר קומען צו נײַע אידעען און פּראָיעקטן.
אַ באַזונדער אָרט אין דער טעטיקייט פֿונעם אינסטיטוט פֿאַרנעמט דער פּראָיעקט, וואָס גיט זיך אָפּ מיטן אָרגאַניזירן דעם "צענטער" פֿון ייִדישער און ישׂראלדיקער קולטור אויפֿן יסוד פֿון דער "גאַליציאַנער שיל אין קיִעוו". אין דער אַרבעט באַשעפֿטיקט זיך אויך די אָרגאַניזאַציע "מדרש־ציונית".
דער יודאַיִקאַ־אינסטיטוט אין קיִעוו אַרבעט מיט מיט אַ סך אָרגאַניזאַציעס און פֿאָנדן סײַ אין אוקראַיִנע און סײַ אויסער איר. דער אינסטיטוט איז גרייט אָנצוהאַלטן פֿאַרבינדונגען מיט פּריוואַטע מענטשן און אָרגאַניזאַציעס איבער דער וועלט.
גענוי וועגן דער אַרבעט פֿונעם יודאַיִקאַ־אינסטיטוט קאָן מען געפֿינען אינפֿאָרמאַציע אויף דעם וועבזײַטל: judaica.kiev.ua