אין חודש מאַרץ מערקט מען אָפּ אין קיִעוו דעם יוביליי פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער אויף אַ זייער אייגנאַרטיקן אופֿן. אין פֿעברואַר האָט מען צעוואַלגערט דאָס הויז, וווּ ס׳איז געווען שלום-עליכמס לעצטע דירה אין דער שטאָט. אין יאָר 1905, נאָך אַ בלוטיקן פּאָגראָם, האָט ער אויף שטענדיק פֿאַרלאָזט קיִעוו. די איצטיקע צעשטערונג פֿונעם הויז איז ניט פֿאַרבונדן מיט קיין אַנטיסעמיטישער אַקציע. עס האָט פּשוט אָפּגעשפּיגלט דעם ווילד-קאַפּיטאַליסטישן קלימאַט אין מיזרח-אייראָפּע. אויפֿן אָרט פֿונעם אַלטן הויז וועט אויסוואַקסן אַ מאָדערנער האָטעל. היסטאָרישע הײַזער ווערן זייער אָפֿט רויִנירט אין די שטעט פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אויב דאָס אָרט זאָגט צו אַ גוטן רווח.
אין די יאָרן 1888 און 1889 האָט שלום-עליכם, דעמאָלט אַ רײַכער קיִעווער סוחר, אַרויסגעגעבן צוויי בענד פֿונעם יאָרבוך, וואָס האָט געהייסן "ייִדישע פֿאָלקס-ביבליאָטעק". אין דער געשיכטע פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור איז עס געוואָרן אַ ווענדפּונקט: אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ליטעראַרישער פֿאָרום איז געקומען צו פֿאַרבײַטן די אַמאַטאָרישע אויסגאַבעס. עס האָט זיך שוין געגרייט דער דריטער באַנד פֿון דער סעריע. אָבער אים איז ניט באַשערט געווען צו דערזען די ליכטיקע שײַן, ווײַל שלום-עליכמס געשעפֿטן האָבן באַנקראָטירט. אין די קומענדיקע יאָרן, נאָך דער דראַמע פֿון אומקערן די חובֿות, האָט ער געלעבט אין דער שטאָט ניט ווי אַ סוחר, נאָר ווי אַ שרײַבער.
דוד בערגעלסאָן — מיט אַ יאָרהונדערט צוריק
קיינער פֿײַערט ניט, דאַכט זיך, דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון דוד בערגעלסאָנס ליטעראַרישן דעביוט. אין יאָר 1909 איז אין וואַרשע אַרויס, ווי אַ באַזונדער ביכל, זײַן גרעסערע דערציילונג "אַרום וואָקזאַל". אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער ליטעראַרישער וועג פֿונעם קיִעווער תּושבֿ, וואָס זײַן נאָמען וועט שפּעטער ווערן ברייט באַקאַנט. בערגעלסאָן (1884—1952) וועט ווערן די צענטראַלע פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון קיִעוו.
מיט צוואַנציק יאָר צוריק, סוף 1928 און די ערשטע חדשים פֿון 1929, האָט בערגעלסאָן פֿאַרבראַכט אין ניו-יאָרק. צו יענער צײַט האָט ער שוין בערך אַכט יאָר געוווינט אין בערלין. בײַם אָנהייב איז ער געווען אַ שרײַבער פֿון "פֿאָרווערטס". אָבער אין 1926, איז ער אַריבער צו די קאָמוניסטן און האָט גענומען שרײַבן פֿאַר דער ניו-יאָרקער צײַטונג "פֿרײַהייט". אַמעריקע איז בערגעלסאָנען ניט געפֿעלן געוואָרן, און ער האָט זיך אומגעקערט קיין בערלין. אין 1933 האָט ער, פֿאַרשטייט זיך, געמוזט פֿאַרלאָזן די דײַטשישע הויפּטשטאָט. צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און זון, איז ער אין 1934 געקומען קיין מאָסקווע.
בעת די סאָוועטישע רעפּרעסיעס קעגן די פֿירנדיקע ייִדישע טוערס, האָט מען בערגעלסאָנען אומגעבראַכט אין אויגוסט 1952. דעמאָלט זײַנען אומגעקומען אויך אַנדערע פֿירנדיקע שרײַבער, וואָס זייער ליטעראַרישער און לעבנס-וועג איז געווען פֿאַרבונדן מיט קיִעוו: דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ און איציק פֿעפֿער.
אַ בוך וועגן הערשל פּאָליאַנקער
הערשל פּאָליאַנקער (1911—1998) איז געווען דער לעצטער ייִדישער שרײַבער, וואָס האָט געלעבט אין קיִעוו. ער האָט דורכגעמאַכט אַ וועג, וועלכער איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר זײַן דור סאָוועטישע פּען-מענטשן. אַ בחור פֿון אַן אָרעמער משפּחה, מיט קלאָרע סימנים פֿון אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט און געטרײַ דער סאָוועטישער מאַכט — אַזעלכע האָט מען דעמאָלט רעקרוטירט אין דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור. אין די 1930ער יאָרן איז פּאָליאַנקערס נאָמען באַקאַנט געוואָרן אין די ליטעראַרישע קרײַזן. זײַנע ביכער זײַנען אַרויס סײַ אויף ייִדיש, סײַ איבערגעזעצט אויף אוקראַיִניש. אין די יאָרן פֿון דער מלחמה מיט די נאַציס האָט פּאָליאַנקער געדינט אין דער אַרמיי, געווען רעדאַקטאָר פֿון אַ מיליטערישער צײַטונג.
אין נאָוועמבער 1951 האָט מען פּאָליאַנקערן אַרעסטירט. צו יענער צײַט זײַנען שוין אַ סך קאָלעגן זײַנע געווען פֿאַרשפּאַרט אין די סאָוועטישע תּפֿיסות. מע האָט זיי באַשולדיקט אין נאַציאָנאַליזם און אַנדערע (אויסגעטראַכטע) חטאָים. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט פּאָליאַקערן פֿאַרשיקט אין אַ לאַגער. באַפֿרײַט האָט מען אים ערשט אין אָקטאָבער 1954. ס׳רובֿ ביכער זײַנע — אויף ייִדיש, אוקראַיִניש און רוסיש — זײַנען אַרויס אין די נאָך-סטאַליניסטישע יאָרן.
וועגן הערשל פּאָליאַנקער איז אין קיִעוו אַרויס אַ גרויסער און רײַך-אילוסטרירטער באַנד, אונטערן טיטל "איבערגעגאַנגענער דעם טײַך". דאָס זײַנען זכרונות — אויף רוסיש און אוקראַיִניש — פֿון זײַנע פֿרײַנד, ווי אויך קאָלעגן פֿון דער ניט-ייִדישער ליטעראַרישער בראַנזשע. דער צונויפֿשטעלער און רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד איז הערשל פּאָליאַנקערס זון — אַלכּסנדר, וועמעס אייגענע זכרונות שטעלן מיט זיך פֿאָר דאָס אינטערעסאַנטסטע קאַפּיטל.
יוסף טאָרטשינסקי איז אַ בן-תּישעים
דער קיִעווער ייִדישער לערער יוסף טאָרטשינסקי איז געוואָרן 90 יאָר אַלט; דאָס הייסט, אַ בן-תּישעים [בענטישים]. זינט דעם יאָר 1989 לערנט ער ייִדיש אין אַ זונטיק-שול. מע האָט אונטערגעציילט, אַז פֿאַר די צוויי יאָרצענדליק האָבן זיך בײַ אים געלערנט בערך 250 תּלמידים. אמת, גאָר ניט אַלע האָבן דערגרייכט אַ הויכן ניוואָ פֿון קענען די שפּראַך. מע האַלט, אַז אין דער שטאָט קען מען ניט געפֿינען קיין צוואַנציק מענטשן אין עלטער פֿון 50 יאָר און ייִנגער, וואָס קענען גוט ייִדיש.
יוסף טאָרטשינסקי האָט צונויפֿגעשטעלט אַ ייִדיש-אוקראַיִניש ווערטערבוך, ער שרײַבט און דרוקט לידער, און — בכלל — האָט כּלערליי אינטערעסן. זײַן יובֿל האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַ דיפּלאָם פֿונעם קאָמיטעט פֿאַר נאַציאָנאַליטעטן און רעגיאָנען. באַלוינט האָט מען אים פֿאַר זײַן פּערזענלעכן בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור און דער ייִדישער שפּראַך אין אוקראַיִנע.