דאָקומענט פֿונעם "יודאַיִקאַ־אינסטיטוט"
דאָקומענט פֿונעם "יודאַיִקאַ־אינסטיטוט"

א

מיט 75 יאָר צוריק, סוף יאַנואַר 1934, איז באַשלאָסן געוואָרן אַריבערצופֿירן די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטיש-אוקראַיִנישער רעפּובליק: פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו. מע האָט אָנגערופֿן כּלערליי אָפֿיציעלע תּירוצים פֿאַר אַזאַ באַשלוס, וועלכן מע האָט פּראַקטיש רעאַליזירט מיט פֿינף חדשים שפּעטער, סוף יוני 1934. אָבער פֿאַקטיש האָט זיך צו יענער צײַט פֿאַרענדיקט דער "קאַראַנטין" פֿון קיִעוו. די שטאָט האָט מען "אויסגעהיילט" פֿון דעם נאַציאָנאַליזם, פֿאַרשפּרייט אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע. דעמאָלט האָט זיך קיִעוו אַסאָציִיִרט מיט אומאָפּהענגיקייט פֿון אוקראַיִנע. אין די 1930ער יאָרן, איז קיִעוו געווען וויכטיק אין דעם נײַעם אידעאָלאָגישן קלימאַט, ווען די היסטאָרישע טראַדיציעס האָט מען אָנגעהויבן אויסנוצן אין דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע.

ביז דער רעוואָלוציע זײַנען מיט כאַרקאָוו געווען פֿאַרבונדן נאָר עפּיזאָדן אין דער ייִדישער געשיכטע. למשל, אין דער שטאָט איז געשאַפֿן געוואָרן די פּראָטאָ-ציוניסטישע סטודענטישע גרופּע "ביל׳׳ו". אירע מיטגלידער האָבן באַשלאָסן זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל און זיך באַשעפֿטיקן דאָרטן מיט ערד-אַרבעט. זיי האָבן אין יולי 1882 פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דער שטאָט ראשון־לציון. אָבער אַ ריכטיקער ייִדישער צענטער איז כאַרקאָוו געוואָרן נאָר אין די 1920ער יאָרן. ווי די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע, איז כאַרקאָוו געוואָרן די באַזע פֿאַר אַ צאָל ייִדישע צײַטשריפֿטן און אינסטיטוציעס.

דאָרטן האָט מען געדרוקט די טעגלעכע צײַטונג "דער שטערן", ווי אויך די ליטעראַרישע זשורנאַלן "די רויטע וועלט" און "פּראָליט" (פּראָ[לעטאַרישע]ליט [עראַטור]). עס זײַנען אויך געווען באַזונדערע ייִדישע צײַטשריפֿטן פֿאַר אַזעלכע דעמאָגראַפֿישע און פּראָפֿעסיאָנעלע גרופּעס ווי קינדער, יונגע לײַט, פּויערים און לערער. אין דער שטאָט האָט זיך אַנטוויקלט די ייִדישע בילדונג, סײַ אַלגעמיינע און סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע — אַ טעכנישע שול און אַ שול פֿאַר ייִדישע זשורנאַליסטן; עס זײַנען אַרויס אַ סך ייִדישע ביכער. די ביבליאָטעק פֿון "ייִוואָ" ציילט 550 פּובליקאַציעס אויף ייִדיש, געדרוקט אין כאַרקאָוו אין די יאָרן 1917—1940.

ב

דאָס הייסט, אָבער, ניט, אַז אין די 1920ער יאָרן האָט קיִעוו אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו זײַן אַ צענטער פֿון ייִדישער קולטור. אין די עטלעכע יאָר פֿון אומאָפּהענגיקייט איז אין דער שטאָט פֿאַרלייגט געוואָרן אַ פֿעסטער פֿונדאַמענט פֿאַר ייִדיש. אין "ווײַטער" האָבן מיר אין יאַנואַר 2008 געשריבן וועגן דער קיִעווער "קולטור-ליגע", וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן אָנהייב 1918. ענלעכע "ליגעס" האָבן זיך באַוויזן אין אַנדערע שטעט און לענדער.

דעם 15טן יולי 1921, האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער "קולטור-ליגע". דער זשורנאַליסט צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874—1954), וואָס איז דעמאָלט געווען אין אייראָפּע, האָט געשריבן וועגן דער "קולטור-ליגע", אַז זי איז "די איינציקע קולטור-אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדישע אַרבעטער און פֿאָלקס-מאַסן אויף דער זײַט ים". קיין חידוש ניט, אַז ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס זײַנען אויפֿגעבויט געוואָרן אויפֿן יסוד פֿון דער "קולטור-ליגע".

די מאַרקע פֿון קולטור־ליגע
די מאַרקע פֿון קולטור־ליגע

בעת כאַרקאָוו איז געוואָרן דער צענטער פֿאַר ייִדישער פֿאַרלעגערישער, ווי אויך טעאַטראַלער טעטיקייט, איז אין קיִעוו געוואַקסן דער גוף פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. דער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור האָט געאַרבעט ווי אַן אַנשטאַלט פֿון דער וויסנשאַפֿט-אַקאַדעמיע פֿון אוקראַיִנע. ניט געקוקט אויף די אידעאָלאָגישע באַגרענעצונגען פֿון אַ קאָמוניסטישן אַנשטאַלט, איז דער אינסטיטוט געווען אַ הויך-פּראָדוקטיווער צענטער פֿון ייִדישע אַקאַדעמישע כּוחות.

צווישן די "אַספּיראַנטן" (גראַדויִר-סטודענטן) פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט איז געווען אויך אַ גאַסט פֿון אַמעריקע: אַלכּסנדר פּאָמעראַנץ (1901—1965). אין 1933—1935 האָט ער, אַ מיטגליד פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, געלעבט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. זײַן דיסערטאַציע האָט ער אָנגעשריבן וועגן די ייִדישע שרײַבער, וואָס זײַנען געווען טעטיק אין דער סבֿיבֿה פֿון די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן. אין 1950 וועט ער פֿאַרלאָזן די פּאַרטיי און ווערן אַ ביטערער קריטיקער פֿון קאָמוניזם.

ג

סוף 1930ער יאָרן און, באַזונדערס, נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, האָט קיִעוו שוין ניט געהאַט די אַמאָליקע אינפֿראַסטרוקטור פֿון ייִדישן קולטור-לעבן. קיין ייִדישע לערן-אינסטיטוציעס זײַנען אין דער שטאָט שוין ניט געווען. דעם ייִדישן טעאַטער האָט מען ניט דערלויבט זיך אומצוקערן קיין קיִעוו פֿון עוואַקואַציע. מע האָט אים פֿאַקטיש פֿאַרשיקט אין טשערנאָוויץ. ווי אַ פּועל-יוצא, איז פֿון אַ הויפּשטאָטישן טעאַטער געוואָרן אַ פּראָווינציעלע טרופּע.

דער אַקאַדעמישער צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור האָט פֿאַרלוירן דעם סטאַטוס פֿון אַן "אינסטיטוט" און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ "קאַבינעט". דער אונטערשייד צווישן אָט די צוויי סטאַטוטן איז אַן ערך אַזאַ ווי דער אונטערשייד צווישן אַ באַזודער הויז און אַ סטודיע-דירה. אין די 1930ער יאָרן, בעת די סטאַליניסטישע "רייניקונגען", האָט די קיִעווער ייִדישע אינטעלעקטועלע סבֿיבֿה פֿאַרלוירן אייניקע פֿון אירע מיטגלידער. אַ צאָל ליטעראַטן זײַנען אומגעקומען בעת דער מלחמה. און דאָך, אָנהייב 1949, האָט די ייִדישע סעקציע בײַם שרײַבער-פֿאַראיין פֿון אוקראַיִנע געהאַט 26 מיטגלידער.

צו יענער צײַט, זינט דעם 16טן סעפּטעמבער 1948, איז שוין געווען אין תּפֿיסה די צענטראַלע פֿיגור פֿונעם קיִעווער ייִדישן ליטעראַרישן לעבן — דער דיכטער דוד האָפֿשטיין. אים וועט מען דערשיסן דעם 12טן אויסגוסט, 1952, צוזאַמען מיט אַ גרופּע אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אַ צאָל שרײַבער וועט מען אַרעסטירן אין די קומענדיקע דרײַ יאָר. אַלעמען האָט מען באַשולדיקט אין נאַציאָנאַליזם. און די רעשטלעך פֿון דער ייִדישער אינפֿראַסטרוקטור האָט מען פֿאַרמאַכט און שוין קיין מאָל ניט ווידער אויפֿגעשטעלט. די ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע גזירות, האָבן שפּעטער, זינט 1961, געדרוקט זייערע ווערק אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד".

הײַנט זײַנען אין קיִעוו פֿאַרבליבן געציילטע מענטשן, וואָס קענען די ייִדישע שפּראַך. קיין קולטור-טעטיקייט אויף ייִדיש איז כּמעט ניטאָ. דאָס וואַרפֿט זיך באַזונדערס אין די אויגן אין דער צײַט, ווען מע מערקט אָפּ דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום-עליכם. אַ פֿערטל יאָרהונדערט פֿון זײַן לעבן איז געווען פֿאַרבונדן מיט קיִעוו. די שטאָט האָט אין זײַנע ווערק באַקומען דעם קאָמישן צונאָמען "יעהופּעץ".