הערמאַן בערנשטיין |
א
די געשיכטע פֿון דער צײַטונג “דער טאָג" איז פֿאַרבונדן מיט הונדערטער יחידים, קודם-כּל, מיט די באַלעבאַטים, רעדאַקטאָרן און מחברים פֿון דער צײַטונג. אָבער — ווי אין יעדער געשיכטע פֿון אַ צײַטשריפֿט — שפּילט אַ באַזונדערע ראָלע דער ערשטער רעדאַקטאָר. זײַן נאָמען איז געווען הערמאַן בערנשטיין (1876—1935). ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ שטאָט, וואָס האָט זיך געפֿונען אויף דער רוסיש-פּרײַסישער גרענעץ. איצט גייט דאָרטן דורך די גרענעץ צווישן ליטע און רוסלאַנד (די קאַלינינגראַדער געגנט). די שטאָט האָט געטראָגן עטלעכע נעמען: נײַשטאָט (אָדער נײַשטאָט-שירווינט), וולאַדיסלאַוואָוו, קודירקאָס נײַמעסטיס. צווישן די היגע ייִדן זײַנען געווען ניט ווייניק געבילדעטע מענטשן.
מיט אַ יאָרצענדליק פֿריִער איז אין דער שטאָט געבוירן געוואָרן הערמאַנס פֿעטער, צבֿי-הירש בערנשטיין (1846—1907), וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי דער פּיאָנער פֿון ייִדישער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין 1870, בעת דער מלחמה צווישן פֿראַנקרײַך און פּרײַסן, האָט ער געשאַפֿן די ערשטע ניו-יאָרקער צײַטונג אויף ייִדיש “די פּאָסט". אַ ייִדישן זאַץ האָט ער געמוזט אימפּאָרטירן אַזש פֿון ווילנע, ווײַל אין ניו-יאָרק האָבן די דרוקער דעמאָלט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו דרוקן אַ ייִדישע צײַטונג. דער אינטערעס צו דער מלחמה איז געווען גרויס און דער טיראַזש פֿון דער צײַטונג האָט דערגרייכט 4,000. אָבער דאָס האָט געדויערט ניט לאַנג. “די פּאָסט" האָט זיך פֿאַרמאַכט. צו אונדזער צײַט איז ניט דערגאַנגען קיין איין קאָפּיע פֿון אָט דער צײַטשריפֿט.
הערמאַן בערנשטיין איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1893. זײַן ליטעראַרישע און זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער געמאַכט אויף ענגליש. ער איז אויך באַקאַנט געוואָרן ווי אַן איבערזעצער פֿון רוסישע שרײַבער, אַזעלכע ווי לעוו טאָלסטוי, אַנטאָן טשעכאָוו און מאַקסים גאָרקי. זינט 1900 האָבן זײַנע דערציילונגען און אַרטיקלען זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן.
ב
אָרגאַניזאַציאָנעל זײַנען געווען צוויי מינים ייִדישע צײַטונגען: מיט אַן אינפֿראַסטרוקטור און אָן אַן אינפֿראַסטרוקטור. דער “פֿאָרווערטס", אַ שטייגער, איז פֿון אָנהייב אָן געווען אַ צײַטונג, וואָס איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיט אַ גרויסער נעץ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס: פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען (יוניאָנען), דער “אַרבעטער-רינג", די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, וכ׳. אַזעלכע צײַטונגען האָבן בדרך-כּלל געהאַט בעסערע אויסזיכטן אויף אַריכות-ימים. אָבער זיי זײַנען געווען מער אידעאָלאָגיש אָנגעלאָדן.
“דער טאָג" איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַן אומאָפּהענגיקע, ליבעראַלע צײַטונג. מע קען ניט זאָגן, אַז זי איז געווען אין גאַנצן אומאָפּהענגיק אידעאָלאָגיש, ווײַל אירע באַלעבאַטים זײַנען געווען געשטימט נאַציאָנאַליסטיש. די הויפּט-פֿיגור צווישן די גרינדער פֿון דער צײַטונג איז געווען יהודה מאַגנעס, שפּעטער דער גרינדער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
הערמאַן בערנשטיין, אויך איינער פֿון די גרינדער און דער ערשטער שעף-רעדאַקטאָר, האָט אויף ייִדיש ניט געשריבן. אין קורצן האָט ער פֿאַרלאָזט די צײַטונג און איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע צו שרײַבן פֿאַר דער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע וועגן די ענינים פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. שוין נאָך דער מלחמה, אין 1920, האָט ער געפּרוּווט שאַפֿן אַ נײַע טעגלעכע ייִדישע צײַטונג אין ניו-יאָרק — “הײַנט", אָבער זי האָט קיין מזל ניט געהאַט און איז אונטערגעגאַנגען אין פֿעברואַר 1921.
אין דער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע איז בערנשטיין געווען זייער באַקאַנט, בפֿרט מיט זײַנע אַרטיקלען קעגן אַנטיסעמיטיזם. זײַן בוך “די געשיכטע פֿון אַ ליגן" (1921) איז געוואָרן די ערשטע וואָגיקע קריטיק פֿון די “פּראָטאָקאָלן פֿון זקני-ציון". אין 1923—1924 האָט ער רעדאַקטירט די ניו-יאָרקער צײַטונג Jewish Tribune. אין די יאָרן 1930—1933 איז ער געווען דער אַמבאַסאַדאָר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַלבאַניע.
ג
אין אַ געוויסן זין, קען מען דורכפֿירן אַ פּאַראַלעל צווישן “די פּאָסט" און “דער טאָג". אין 1870, האָט זיך דײַטשלאַנד (וואָס האָט זיך פֿאַראייניקט צום סוף פֿון דער מלחמה) געשלאָגן קעגן פֿראַנקרײַך, און אין 1914, האָבן ביידע מדינות זיך ווידער געשלאָגן. און ווידער אַ מאָל האָט דער עולם געלעכצט נאָך נײַעס פֿון אייראָפּע.
די שטימונג איז געווען, דער עיקר, אַן אַנטי-רוסישע און פּראָ-דײַטשישע. מע האָט געהאָפֿט, אַז דײַטשלאַנד און עסטרײַך — די “ציוויליזירטע" מדינות — וועלן צעקלאַפּן די רוסישע “באַרבאַרן" און, במילא, באַפֿרײַען די אונטערגעדריקטע תּושבֿים פֿונעם תּחום-המושבֿ. די ייִדישע פּרעסע האָט אָפּגעשפּיגלט די דאָזיקע שטימונג.
הגם “דער טאָג" איז ניט דערגאַנגען צו דעם פֿאַרפּלאַנירטן טיראַזש פֿון 100 טויזנט, פֿלעגט די צײַטונג זיך פֿאַרשפּרייטן אין אַריבער 80 טויזנט קאָפּיעס. אָנהייב 1920ער יאָרן האָט די צײַטונג פֿאַרקויפֿט אין וואָכעדיקע טעג אַרום 86 טויזנט קאָפּיעס, און זונטיק — 118 טויזנט. אָבער דער “פֿאָרווערטס" איז סײַ ווי סײַ פֿאַרבליבן די גרעסטע ייִדישע צײַטונג, מיט אַ טיראַזש פֿון אַריבער 200 טויזנט קאָפּיעס.
וויליאַם עדלין |
“דער טאָג" האָט אַדרעסירט זײַנע מאַטעריאַלן צו אַ מער אַנטוויקלטן לייענער, איידער דער “פֿאָרווערטס". “דער טאָג" איז, אַ פּנים, געווען די ערשטע ייִדישע צײַטונג (לכל-הפּחות, אין אַמעריקע), וואָס האָט זיך ערנסט באַצויגן צו די פֿרויען-פּראָבלעמען און פֿון סאַמע אָנהייב אָן געהאַט צווישן אירע רעדאַקטאָרן אויך פֿעיִקע זשורנאַליסטקעס. צווישן די שטענדיקע מחברים פֿון “דער טאָג" זײַנען געווען אַזעלכע פֿירנדיקע פּען-מענטשן ווי דוד פּינסקי, שמואל ניגער, יוסף אָפּאַטאָשו און פּרץ הירשביין.
דער רעדאַקטאָר פֿון “דער טאָג" וויליאַם עדלין (1878—1947) איז געווען דער מענטש, וואָס האָט געשאַפֿן דעם פּרצוף פֿון דער צײַטונג. אַ באַקאַנטער כּלל-טוער, האָט ער אויך געהאַט אַ דערפֿאַרונג פֿון אַרבעטן אין “פֿאָרווערטס", אין 1902 און 1903, וואָס זײַנען געווען די יאָרן, ווען אַב. קאַהאַן האָט די צײַטונג פֿאַרלאָזט. אַ קורצע צײַט איז עדלין געווען דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון “פֿאָרווערטס".
“דער טאָג" איז אַרויס ביז 1953; דערנאָך האָט די צײַטונג זיך צונויפֿגעגאָסן מיטן “מאָרגן-זשורנאַל" און געלעבט צוואַנציק יאָר ווי אַ טייל פֿון “טאָג-מאָרגן-זשורנאַל". אמת, אום שבת פֿלעגט די צײַטונג אַרויסגיין ווי “דער טאָג", ווײַל די לייענער פֿון “מאָרגן-זשורנאַל" זײַנען בדרך-כּלל געווען פֿרום.