"קינדער־צײַטונג", מאָנאַטלעכער זשורנאַל פֿאַר שול און היים, אַרויסגעגעבן פֿון אַרבעטער־רינג בילדונגס־קאָמיטעט; 21סטער יאָרגאַנג, 1955. זיך געשלאָסן אין 1983.


אַמעריקאַנער

פֿון וואָלף יונין

איינער איז אַ ייִד,
אַ צווייטער איז אַ קריסט,
און דריטער גאָר אַ מאַכמעדאַנער;
און יעדער זינגט זײַן ליד:
זײַ, דו, וואָס דו ביסט,
וועסטו זײַן דער ריכטיקער אַמעריקאַנער!

ווער ס‘פֿאַרזייט אַ פֿעלד,
ווער ס‘אַרבעט אין פֿאַבריק,
און ווער עס קען איז אַן אײַזנבאַנער;
דאָ לעבט אַ גאַנצע וועלט,
לויט אייגענער מוזיק,
ווי ס‘פּאַסט פֿאַר יעדן ריכטיקן אַמעריקאַנער!

טרויעריק וואָלט זײַן,
ווען נאָר פֿון איין קאָליר
וואָלט געווען דער רויט־ווײַס־בלויער באַנער;
און גוט איז דאָ צו זײַן
אַ ייִד — ניט פֿון פּאַפּיר —
און בלײַבן ייִד און ריכטיקער אַמעריקאַנער!

ייִדישע פֿרויען־געשטאַלטן אין אַמעריקע

פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

רעבעקאַ גראַץ

מיט אַ 150 יאָר צוריק האָט אין פֿילאַדעלפֿיע געוווינט אַ רײַכער ייִד, מיכאל גראַץ. ער האָט געפֿירט גרויסע געשעפֿטן און האָט געהאַט אייגענע שיפֿן. ער האָט געהאַט אַ טאָכטער רעבעקאַ. זי איז געווען זייער אַ שיינע און אַ געלערנטע. זי האָט שטאַרק ליב געהאַט איר משפּחה, איר שטאָט פֿילאַדעלפֿיע. זי האָט געהאָלפֿן אויסבויען אַ שול אין שטאָט. זי האָט אויסגעבויט אַ היים פֿאַר אַלטע לײַט. זי איז שטענדיק אומגעגאַנגען איבער דער שטאָט און האָט גוט געוווּסט ווער עס איז רײַך און ווער עס איז אָרעם. ווער עס נייטיקט זיך אין איר הילף. זי האָט אויסגעבויט אַ הויז פֿאַר יתומים־קינדער. אַלע האָבן געקענט רעבעקאַ גראַץ און אַלע האָבן זי זייער ליב געהאַט.

צווישן אירע פֿרײַנד איז געווען אַ יונגער אַדוואָקאַט, סעמיועל עוויג. ער האָט זייער ליב געהאַט רעבעקאַן און געוואָלט מיט איר חתונה האָבן. רעבעקאַ האָט צו אים געזאָגט, אַז זי האָט אים אויך זייער ליב, אָבער זי קען מיט אים ניט חתונה האָבן, ווײַל ער איז אַ קריסט און זי איז אַ ייִדישע. אַ סך יאָרן האָט סעמיועל עוויג געוואַרט און געוואַרט, אַז אפֿשר וועט רעבעקאַ מיט אים חתונה האָבן. אָבער זי האָט געזאָגט ניין. זי האָט קיין מאָל מיט קיינעם ניט חתונה געהאַט.

צווישן רעבעקאַס פֿרײַנד איז געווען דער באַרימטער אַמעריקאַנער שרײַבער וואַשינגטאָן אוירווינג. ער האָט באַוווּנדערט רעבעקאַן פֿאַר איר שיינקייט, פֿאַר איר חכמה און פֿאַר איר געטרײַשאַפֿט צו איר פֿאָלק. וואַשינגטאָן אוירווינג איז איין מאָל געווען אין לאָנדאָן. דאָרט האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן גרויסן ענגלישן שרײַבער וואַלטער סקאַט. ער האָט אים דערציילט וועגן רעבעקאַ גראַץ. אויף וואַלטער סקאַט האָט געמאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק די דערציילונג פֿון זײַן אַמעריקאַנער פּען־פֿרײַנד. ער האָט אַ סך געטראַכט וועגן איר, און שפּעטער אָנגעשריבן דאָס בוך "אײַוויינהאָ", וווּ עס ווערט דערציילט וועגן אַ ייִדישער פֿרוי רעבעקאַ — אַזאַ וווּנדערלעכע ווי עס איז געווען רעבעקאַ גראַץ.

ביזן הײַנטיקן טאָג געדענקט מען אין פֿילאַדעלפֿיע דעם נאָמען רעבעקאַ גראַץ.

יאַנואַר 1955

* * *


"קינדער זשורנאַל", אַרויסגעגעבן פֿון פֿאַרלאַג "מתּנות" בײַם "שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט"; 33סטער יאָרגאַנג, 1952.זיך געשלאָסן אין 1981.


פֿון מ. אָליצקי

צו די וואָס גראַדויִרן

אַ מתּנה די גראַדואַנטן פֿון שלום־עליכם פֿאָלקשול 21

ווען איר וועט עלטער ווערן און זײַן וועט
איר שוין זאַט
מיט זאָרג און טרויער, און מיט פֿרייד אַ סך —
דערמאָנט דעם לערער וואָס איר האָט געהאַט,
דערמאָנט די שולע מיטן גרינעם דאַך.

געדענקט דעם טיש, דעם טאָוול,
דאָס ניט־באַקוועמע אָרט,
די קינדער און חבֿרים פֿונעם קלאַס.
געדענקט פֿון פֿרײַנדלעכקייט פֿון לערערס וואָרט,
און וויפֿל מאָל ער איז געווען אין כּעס.

דערמאָנט די ליכט פֿון פֿרײַטיק פֿאַרנאַכט,
די רו אויף פּנימער, דאָס שטילע ליד;
דערמאָנט דאָס מעשׂהלע — האַלב־אמת,
האַלב־פֿאַרטראַכט —
פֿון שלעכטן פּריץ און פֿון פֿרומען ייִד.

טראַכט פֿון קעלבל, פֿון עליען, פֿון רופֿאס
שיינעם סאָד,
פֿון מאָטל פּייסיס, ווי ער אין טײַכל שטייט.
עס וועט אײַך גרינגער ווערן און זײַן וועט
אײַך אַ שאָד,
וואָס אַלץ איז שוין אַוועק אין אייביקייט,

און ס׳וועט דער לערער דעמאָלט, וווּ ער
זאָל ניט זײַן,
אַ גרינגן שמייכל טאָן אין ווײַסן טאָג אַרײַן.


פֿון ל. ל (ליפּע לערער, רעדאַקטאָר)

אַ ייִדש ייִנגל אין אַמעריקע

צענדליקער טויזנטער ייִדישע אימיגראַנטן זײַנען אין יאָר 1911 געקומען קיין אַמעריקע, און מיט זיי צוזאַמען איז געקומען אַ יונגער נײַנצן־יאָריקער בחור, אַ בעקער, זײַן נאָמען — דוד דובינסקי. הײַנט איז ער באַרימט איבער גאַנץ אַמעריקע. ער איז דער פּרעזידענט פֿון דער גרויסער פֿרויען קליידער־יוניאָן.

דוד דובינסקי איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1892 אין ברעסט־ליטאָווסק (בריסק), פּוילן. שפּעטער האָבן זײַנע עלטערן זיך אַריבערגעצויגן מיט זייער בעקערײַ אין דער גרעסערער שטאָט לאָדזש, און דוד איז געוואָרן אַן אַרבעטער בײַ זײַן פֿאָטער.

די צאַרישע רעגירונג האָט דעמאָלט געהערשט איבערן גרויסן לאַנד. זײַנען אויפֿגעקומען רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען צו באַפֿרײַען דאָס לאַנד פֿון צאַרישן יאָך. דער יונגער דוד איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי "בונד". מ‘האָט אים אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קיין סיביר. אים איז אָבער געלונגען צו אַנטלויפֿן פֿון דאָרטן און קומען קיין אַמעריקע. דאָ האָט ער זיך אויסגעלערנט אַ נײַע פֿאַך, אַ צושנײַדער בײַ פֿרויען־מאַנטלען, און געוואָרן אַ מיטגליד פֿון צושנײַדער־לאָקאַל 10. ער איז געוואָרן זייער טעטיק אין דער יוניאָן. מיט זײַן רעדן און מיט זײַן טוען האָט ער געוווּנען די אָנערקענונג בײַ זײַנע חבֿרים. מע קלײַבט אים אויס פֿאַר וויצע־פֿאָרזיצער, פֿאַר פֿאָרזיצער און אין 1921 ווערט ער אויסגעקליבן פֿאַר דעם פֿאַרוואַלטער פֿון זײַן יוניאָן.

אין 1932, נאָכן טויט פֿון פּרעזידענט בנימין שלעזינגער, ווערט דוד דובינסקי אויסגעקליבן פֿאַר פּרעזידענט פֿון דער "אינטערנעשאָנאַל"־יוניאָן. אין לאַנד איז דעמאָלט געווען אַ שווערער קריזיס. דובינסקי איז געוואָרן דער פֿירער פֿון אַ יוניאָן, וואָס איז געווען צעריסן צווישן זיך און פֿאַרשולדיקט אויף אַ מיליאָן דאָלאַר. דוד דובינסקי האָט צוגעצויגן אַן אַרמיי פֿון פֿעיִקע העלפֿערינס. פֿון 45 טויזנט מיטגלידער אין 1932, האָט די יוניאָן אין 1934 געהאַט צוויי הונדערט טויזנט מיטגלידער. אָפּגעצאָלט דעם מיליאָן דאָלאַרדיקן חובֿ, איז נאָך געבליבן אין דער קאַסע 850 טויזנט דאָלאַר.

די יוניאָן איז זייער גיך געוואַקסן. דובינסקי איז געוואָרן איינער פֿון די אָנגעזעענסטע אַרבעטער־פֿירער. די וויכטיקסטע פּערזענלעכקייט פֿון דער אינדוסטריעלער, פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער וועלט הערן זיך צו צו זײַן וואָרט. דובינסקי איז פֿאַרבונדן מיט אַ סך אָרגאַניזאַציעס. ער איז אויך דער קאַסירער פֿון ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט, ער באַטייליקט זיך אין דער באַוועגונג צו בויען הײַזער אין ישׂראל. דורך אים העלפֿט זײַן אָרגאַניזאַציע די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס.

מאַרץ 1952