די גרופּע תּלמידים פֿון ייִדיש בײַם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט |
הײַיאָר האָב איך זיך געלערנט אויף דער זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך אויפֿן נאָמען פֿון די משפּחות גאָלדריטש/גאָלדרײַך און בית־שלום־עליכם בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. חוץ די וווּנדערלעכע לערערס — יצחק און אליעזר ניבאָרסקי, אַבֿרהם נאָווערשטערן, דוד ראָסקעס און חווה טורניאָנסקי; דער אינטערעסאַנטער סבֿיבֿה תּלמידים — האָט די שטאַט תּל־אָבֿיבֿ אַליין געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע צו שאַפֿן אַ באַזונדערע שטימונג בעת דער זומער־פּראָגראַם.
אין תּל-אָבֿיבֿ האָב איך מיט דער משפּחה געוווינט אין אַ דירה אויף אוסישקין־גאַס. אַבֿרהם מנחם־מנדל אוסישקין איז געווען זייער אַ באַרימטער ציוניסט און איינער פֿון די גרינדערס פֿון דעם העבֿרעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. עוסק זײַן זיך מיט ייִדיש אויף דער אוסישקין־גאַס האָט געהאַט אַן איראָנישן אַספּעקט. אוסישקין האָט געקעמפֿט קעגן ייִדיש. ייִדיש, האָט געהאַלטן אוסישקין, איז אַ זשאַרגאָן, און ניט די אמתדיקע שפּראַך פֿאַר דעם נײַעם ייִדישן פֿאָלק. כּדי דאָס ייִדישע פֿאָלק זאָל ווערן געזונט גײַסטיק און פֿיזיש, מוז עס רעדן, שרײַבן, לייענען און לעבן נאָר אויף העברעיִש. פֿון דעסטוועגן, איז דער ציל פֿון אוסישקין און אַנדערע אַזעלכע העברעיִסטן ווי ער, ניט אין גאַנצן מקיים געוואָרן.
צווישן די תּלמידים אין דער ישׂראל־פּראָגראַם זעווען געווען מענטשן, וואָס האָבן גערעדט ייִדיש פֿון דער היים. זייער שפּראַך איז רײַך און זאַפֿטיק, פֿול מיט כּלערלײַ שפּריכווערטער און אויסדרוקן. האָבן זיי געשריבן קורצע קאָמישע לידער מיט גראַמען. צווישן די יונגע תּלמידים זענען געווען אַספּיראַנטן, וואָס שרײַבן דאָקטאָראַטן וועגן ייִדיש אין ישׂראל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אין דרויסן, אין גאַס, אין אויטאָבוס האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פֿאַרשיידענע מענטשן, וואָס האָבן געקענט מער ווי אַ ביסל ייִדיש. איך לייען, למשל, אַ בלאַט בערגעלסאָן, און אַ פֿרוי, וואָס שטייט לעבן מיר פֿרעגט פֿאַרחידושט׃ "ייִדיש?" די קרובֿים פֿון איר מאַן לעבן אינעם לאַנד שוין אַ סך דורות. זייער עלטער־זיידע איז געקומען אין ישׂראל נאָך אין 1898. עטלעכע פֿון זיי האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש.
ווען מען לערנט זיך ייִדיש שעהען לאַנג, קלינגט נאָך דעם עבֿרית אויף דער גאַס אָדער אין אויטאָבוס, ווי ייִדיש. צו מאָל האָט זיך מיר געדאַכט, אַז יעדער איינער אין תּל־אָבֿיבֿ רעדט ייִדיש׃ סאָלדאַטן אין די מונדירן, יונגע פֿרויען מיט מאָביל־טעלעפֿאָנען אין דער האַנט, מיזרחדיקע ייִדן — אַלע. די מאָדנע און אָנגענעמע קלאַנג־אילוזיע האָט אָבער געדויערט נאָר עטלעכע מינוט. איך הער זיך צו בעסער און איך פֿאַרשטיי, אַז די אַלע "ייִדיש־רעדערס", רעדן עבֿרית. די אילוזיע פֿאַרשווינדט.
מיר האָבן באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין ירושלים מיט די טעכטער. דער 480סטער אויטאָבוס פֿון תּל־אַָבֿיבֿ קיין ירושלים איז אַ באַזונערע איבערלעבעניש. איך מיט דער משפּחה זענען צוגעקומען צו דעם אָרט, פֿון וואַנען דער אויטאָבוס גייט אָפּ. אַ חסיד מיט אַ ברייטער פּלייצע און לאַנגע פּאות וואַרט שוין דאָרט. מיר שטייען לעבן אים. מען וואַרט, און מען וואַרט, עס איז אַ ביסל הייס, אַבער ניט געפֿערלעך. שטיל און רויִק. און מיט אַ מאָל לויפֿן אָן מענער און פֿרויען, אַלטע און יונגע, פֿרומע און וועלטלעכע, סאָלדאַטן און ציווילע, און אַלע שטייען שוין פֿאַר אונדז, גלײַך לעבן דער טיר פֿון דעם אויטאָבוס. וווּ זענען מײַנע קינדער? ס'איז געוואָרן גוט הייס און ענג.
"ווילדע חיות" — זאָגט איינער אַ מאַן אויף ייִדיש. איך ענטפֿער: "מען קעמפּט זיך איינער אויף דעם אַנדערען." — "ניין", זאָגט דער חסיד מיט דער ברייטער פּלייצע, — "מען שטופּט זיך אַרײַן!" ער האָט געגעבן אַן עצה, מען זאָל וואָרטן אויף דעם צווייטן אויטאָבוס. "אָט דאָס איז דײַן ייִדיש!" — שרײַט דער מאַן. איך האָב זיך דערווײַל דערפֿרייט: אַ שמועס אויף ייִדיש אין גאַס! אַן אמתער שמועס!
אין עראָפּאָרט, ווען מיר זענען שוין אָפּגעפֿלויגן, האָט דער שומר, אַ יונגע פֿרוי, געפֿרעגט: פֿאַר וואָס זענען מיר אין ישׂראל? מײַן ענטפֿער האָט זי געמאַכט צעמישט. האָט זי איבערגעפֿרעגט: "ייִדיש אין ישׂראל?" יאָ, ייִדיש אין ישׂראל.