די תּלמידים און לערער פֿון דער פּאַריזער זומער־פּראָגראַם, 2009 |
דעם יסוד פֿאַר ייִדישע זומער-קורסן האָט מען פֿאַרלייגט אין ייִוואָ, אין ניו-יאָרק, ווען אין יאָר 1968 האָט מען צום ערשטן מאָל אָרגאַניזירט אַזאַ קורס. דאָס איז געוואָרן אַ מאָדעל פֿאַר אַ צאָל ענלעכע זומער-פּראָגראַמען אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון דער וועלט. זייער אַ גרויסע ראָלע אין דעם לערן-פּראָצעס האָט געשפּילט אוריאל ווײַנרײַכס לערנבוך "קאָלעדזש ייִדיש". זײַן ערשטע אויפֿלאַגע איז אַרויס מיט זעכציק יאָר צוריק, אין 1949.
אין משך פֿון די לעצטע פֿיר יאָרצענדליק האָבן עטלעכע טויזנט לײַט זיך באַטייליקט אין זומער-קלאַסן, וואָס טראָגן אַן אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער. אַ פּאָר דורות ייִדישע לייענער, לערער און פּראָפֿעסאָרן, סײַ ייִדישע און סײַ ניט-ייִדישע, זײַנען אַרויס פֿון אָט דער סבֿיבֿה. אייניקע פֿון זיי האָבן פֿריִער אין גאַנצן ניט געקענט די שפּראַך, אַנדערע האָבן פֿאַרבעסערט זייער קענטעניש.
יעדער זומער-קורס מוז לייזן ערנסטע פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען. כּדי אײַנצולאַנדן קוואַליפֿיצירטע לעקטאָרן און, בכלל, פֿירן דעם קורס אויף אַ הויכן ניוואָ, דאַרף מען האָבן אַ גענוגנדיקן בודזשעט. אָבער מע טאָר ניט דערוואַרטן, אַז דעם גאַנצן בודזשעט וועט מען שאַפֿן בלויז פֿון שׂכר-לימוד. ס׳רובֿ סטודענטן קענען זיך ניט דערלויבן אַזעלכע הוצאָות. הייסט עס, אַז מע דאַרף "שנאָרען" געלט בײַ פֿאַרשיידענע ספּאָנסאָרס.
אין אייראָפּע האָט מען דעם זומער געהאַט ייִדישע קלאַסן אין עטלעכע לענדער. קיין קלעזמער-קורס באַגייט זיך ניט, בדרך-כּלל, אָן ייִדיש־קלאַסן. אַזוי איז דעם זומער געווען, למשל, אין לאָנדאָן און ווײַמאַר. אָבער די גרעסטע, ספּעציאַליזירטע קורסן זײַנען געווען אין פּאַריז און ווילנע. דער פּאַריזער ייִדישער צענטער, געשאַפֿן אויפֿן יסוד פֿון דער מעדעם-ביבליאָטעק, איז שוין לאַנג געוואָרן דאָס סאַמע ממשותדיקע אָרט פֿאַר ייִדיש אין גאַנץ אייראָפּע. אָבער אַ זומער-קורס ווערט דאָרטן דורכגעפֿירט בלויז צום זעקסטן מאָל. אַזוי באַקומט זיך עס, ווײַל פּאַריז איז איינע פֿון די דרײַ פֿראַנצויזיש-שפּראַכיקע שטעט, צווישן וועלכע עס מיגרירט דער דאָזיקער קורס. אין אַנדערע יאָרן האָט מען עס אָרגאַניזירט אין בריסל און שטראַסבורג.
הײַיאָר זײַנען 75 סטודענטן געקומען קיין פּאַריז פֿון 14 לענדער: פֿראַנקרײַך, בעלגיע, דײַטשלאַנד, פּוילן, טשעכיע, שפּאַניע, איטאַליע, ישׂראל, קאַנאַדע, האָלאַנד, רוסלאַנד, ווי אויך פֿון דער שווייץ, פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַזש פֿון אויסטראַליע.
אַ גרעסערן סדר-נומער טראָגט די הײַיאָריקע זומער-פּראָגראַם אין ווילנע, בײַם ווילנער ייִדישן אינסטיטוט. אָפֿיציעל איז עס שוין איר 28סטער גילגול. אמת, אין ווילנע איז זי נאָר צום 11טן מאָל, ווײַל דער חשבון ווערט געפֿירט פֿון די צײַטן, ווען אַן ענלעכע פּראָגראַם, מיטן זעלבן משגיח (ד״ר דוד כּ״ץ), איז געווען אין דער ענגלישער אוניווערסיטעט-שטאָט, אָקספֿאָרד. די דאָזיקע פּראָגראַם ציט צו אַ היפּש ביסל סטודענטן אי צוליב דעם ניוואָ פֿון לערנען, אי צוליב דעם אָרט גופֿא. ווילנע פֿאַרנעמט דאָך אַ פּראָמינענט אָרט אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער קולטור.
דזשערי קאָן (1941—2009)
דער אָקספֿאָרדער פּראָפֿעסאָר דזשערי קאָן (G. A. Cohen), וועלכער איז געשטאָרבן דעם 5טן אויגוסט הײַיאָר, איז געווען ברייט באַקאַנט ווי דער פֿירנדיקער מאַרקסיסטישער פֿילאָסאָף. אויסגעהאָדעוועט אין דער סבֿיבֿה פֿון די קאַנאַדער ייִדישע קאָמוניסטן, איז ער שפּעטער אַוועק פֿון "פּראַקטישן" מאַרקסיזם. אָבער אין זײַן אַקאַדעמישער טעטיקייט האָט ער ניט אויפֿגעהערט צו זוכן, און געפֿינען, ניצלעכע עלעמענטן פֿון דער מאַרקסיסטישער טעאָריע.
אין מײַ 1996, האָט דער אָקספֿאָרדער ייִדישער חודש-זשורנאַל "די פּען" פֿאַרעפֿנטלעכט דזשערי קאָנס "זכרונות פֿון אַ ייִדיש-קאָמוניסטישער קינדהייט אין מאָנטרעאָל". אַ גרעסערער, ענגלישער, נוסח פֿון די דאָזיקע זכרונות איז אַרײַן אין זײַן בוך Self-Ownership, Freedom, and Equality (1995). ער האָט, בפֿרט, זיך דערמאָנט וועגן די ערשטע יאָרן פֿון זײַן בילדונג:
פּראָפֿעסאָר דזשערי קאָן |
"צוליב די איבערצײַגונגען פֿון מײַנע עלטערן, איז מײַן דערציִונג געווען זייער אַ פּאָליטישע. אין 1945 בין איך אַוועק לערנען זיך אין מײַן ערשטער שול, מיט וועלכער עס האָט אָנגעפֿירט דער פֿאַראייניקטער ייִדישער פֿאָלקס-אָרדן. [וועגן זײַן איצטיקן מצבֿ זען www.winchevskycentre.org/institutions/ujpo.html.] די שול האָט מען אַ נאָמען געגעבן נאָכן ייִדיש-פּראָלעטאַרישן פּאָעט מאָריס ווינטשעווסקי (1856—1932). אין דער ווינטשעווסקי-שול האָבן ניט-קאָמוניסטישע, ניט-ייִדישע לערערינס אָנגעפֿירט אין דער פֿרי מיט די אַלגעמיינע עלעמענטאַרע שול־לימודים. נאָך מיטיק האָבן לינקע ייִדישע לערער און לערערינס, וועמענס ערשטע שפּראַך איז געווען ייִדיש, געלערנט מיט אונדז ייִדישע (און אַלגעמיינע) געשיכטע און ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור. אַלץ וואָס זיי האָבן מיט אונדז געלערנט, אַפֿילו די מעשׂיות פֿון תּנ"ך, איז געווען דורכגעזאַפּט מיט אַ פּאָפּולער-מאַרקסיסטישן געווירץ: ניט איבערגעלאָדן און ניט פּעדאַנטיש, נאָר גלאַט ייִדיש-רעוואָלוציאָנערער שׂכל-הישר."