דער בנין פֿון ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט
דער בנין פֿון ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט

הײַיאָר ווערט געפֿײַערט דער 150סטער געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם. די אונטערנעמונגען לכּבֿוד דער דאַטע קומען פֿאָר אין פֿאַרשיידענע שטעט און לענדער. מיט זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער קאָנצערט־פּראָגראַם, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין בוקאַרעשט, רומעניע, טיילט זיך אונדזער קעשענעווער קאָרעספּאָנדענט סערגאָ בענגעלסדאָרף.


די אידעע אויפֿצוטרעטן מיט אַ פּראָגראַם אין בוקאַרעשט איז געקומען נאָך אונדזער קאָנצערט אין קעשענעוו פֿאַר דער ייִדישער קהילה פֿון דער שטאָט. זיך פֿאַרבונדן מיט פֿרײַנד אַורעל ווײַנער, פֿאָרזיצער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רומעניע, האָבן מיר אין גיכן באַקומען אַ פֿאַרבעטונג צו קומען אַהין מיט אַ שאַפֿערישן באַזוך.

די הויפּטשטאָט פֿון רומעניע האָט אונדז אויפֿגענומען מיט שיינע וואַרעמע טעג, ווי אויך מיט היימישער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט מצד די פֿירער פֿון דער קהילה אין רומעניע. באַגלייט האָט אונדז במשך פֿונעם באַזוך זשאָזע בלום, אַ שטאַלטנער ייִד, וואָס איז אַן יועץ בײַם פֿעדעראַציע־פֿאָרזיצער. ער איז אונדז פֿאַרלאָפֿן אַלע וועגן און אויסגעפֿירט אַלע אונדזערע וווּנטשן און בקשות.

גלײַך אין דעם ערשטן אָוונטן, נאָך אַ געשמאַקער סעודה, האָט ער געבראַכט אונדזער גרופּע צו ווײַזן דעם שטאָטישן קהילה־צענטער. פֿון דער ערשטער מינוט אָן האָט מיך ניט פֿאַרלאָזט דער געדאַנק, אַז מיר געפֿינען זיך אין אונדזער קעשענעווער קהילה־צענטער, ווײַל סײַ די סטרוקטור און סײַ די טעטיקייטן זײַנען געווען כּמעט די זעלבע. די דערקלערונג פֿון דעם איז אַ פּשוטע: ביידע צענטערס ווערן געשטיצט פֿונעם "דזשאָינט".

ווי אַ מוזיקער, האָט מיך באַזונדערס דערפֿרייט, ווען אינעם קליינעם קאָנצערט־זאַל האָב איך דערזען שטיין אַן עכטן קאָנצערט־ראָיאַל. אין אונדזער געראַמען, מאָדערנעם בנין קאָן מען געפֿינען פֿאַררוקט אין אַ ווינקל אַ צעבראָכענע פּיאַנע. צוליב דעם קומט אָפֿט אויס זיך אָפּצוזאָגן פֿון דורכפֿירן קאָנצערט־פּראָגראַמען פֿון קאַמער־מוזיק. די סיבה דערפֿון איז, אַז דווקא אויף אַ נײַעם אינסטרומענט קלעקט ניט קיין געלט.

אויפֿן אַנדערן טאָג זײַנען מיר שוין געשטאַנען בײַם שיינעם בנין מיט אַ שילדל בײַם אַרײַנגאַנג אויף ייִדיש: "מלוכישער ייִדישער טעאַטער". דאָרט האָבן מיר זיך באַקאַנט מיטן דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, האַרי אל־יד. אויסגעהערט פֿון אים אין קורצן די געשיכטע פֿונעם טעאַטער, האָבן מיר אָנגעהויבן די פּראָבעס. פֿאַר נאַכט איז דאָ פֿאָרגעקומען אונדזער קאָנצערט, לכּבֿוד דעם יוביליי פֿון שלום־עליכם.

די פּראָגראַם איז באַשטאַנען סײַ פֿון מוזיקאַלישע נומערן און סײַ פֿון ליטעראַרישע מאָנאָלאָגן, אַזעלכע ווי: "דער אוצר", "כּותל־מערבֿי", "די עפּיטאַפֿיע", אויסצוגן פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס", געלייענט און אויסגעשפּילט אין ייִדיש פֿון חנה גלוטניק און איציק פֿאַרבער. באַזונדערס האָט אויסגענומען דאָס מוזיקאַלישע ווערק פֿונעם מאָלדאַוויש־ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר באָריס דובאָסאַרסקי — אַ טריִאָ (פּיאַנע, פֿידל, טשעלאָ) אויף די מוזיקאַלישע מאָטיוון פֿון גאָלדפֿאַדענס ווערק — "די כּישוף־מאַכערין" און "שולמית". צוריק גערעדט, איז דאָך דאָ, אין רומעניע, אין דער שטאָט יאַס געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, געגרינדעט פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. מע קאָן זאָגן, אַז די גאַנצע אַטמאָספֿער אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן טעאַטער איז גאָלדפֿאַדעניש.

אַ געוויסן אומרו האָט בײַ אונדז אַרויסגערופֿן דער געדאַנק, צי וועט פֿאַרשטיין אונדזער ייִדיש־פּראָגראַם דער כּמעט אַסימילירטער ייִדישער עולם אין בוקאַרעשט? שוין נאָך די ערשטע לידער איז אונדז קלאָר געוואָרן, אַז אַפֿילו אָן דעם אַרײַנפֿיר־וואָרט אויף רומעניש, האָט דער עולם אַלץ פֿאַרשטאַנען און אַ באַגײַסטערטער אויפֿגענומען יעדן אויפֿטריט פֿון אונדזערע אַרטיסטן מיט רעשיקע אַפּלאָדיסמענטן און געשרייען "בראַוואָ!".

דאָס ווערק פֿון לעוו פּולווער פֿון שלום־עליכמס "שיר־השירים", געשפּילט אַמאָל אינעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער "גאָסעט", האָט געזונגען די זינגערין אַנזשעלאַ פּיכוט. זי האָט אויך מיט גרויס דערפֿאָלג אויסגעפֿירט עטלעכע ייִדישע פֿאָלקס־לידער, באַאַרבעט פֿון דער קאָמפּאָזיטאָרין זלאַטע טקאַטש. אַן אַנדער זינגער, אַלעקס דיגאָרע, סאָליסט אינעם מאָלדאַווישן אָפּערע־טעאַטער, האָט געזונגען עטלעכע ייִדישע פֿאָלקס־לידער, באַאַרבעט פֿון זאבֿ ביטקין.

נאָך דער לעצטער אָוואַציע איז אויף דער בינע אַרויפֿגעקומען אַורעל ווײַנער. אין נאָמען פֿון דער "פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רומעניע" האָט ער באַדאַנקט די געסט פֿון דער שכנישער מאָלדאָווע און געוווּנטשן נײַע שאַפֿערישע דערפֿאָלגן און באַגעגענישן.

שוין הינטער די קוליסן האָט אונדזער גרופּע באַגריסט דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער. האַרי אל־יד האָט פֿאַרבעטן די קעשענעווער זינגער זיך צו באַטייליקט אין דער פֿאָרשטעלונג "דער פֿידלער אויפֿן דאַך", וואָס ווערט איצט געגרייט פֿאַרן נײַעם סעזאָן.