אַ קונה האָט טענות צו אַ שנײַדער:
— איר האָט מיר צוגעזאָגט, אַז מײַנע הויזן וועלן זײַן פֿאַרטיק אין דרײַ טעג אַרום. און גענומען האָט עס בײַ אײַך צען טעג. דער אייבערשטער האָט די גאַנצע וועלט באַשאַפֿן אין איין וואָך.
— אמת, אָבער זאָגט מיר ניט, אַז אײַך געפֿעלט זײַן וועלטל. און איצט גיט אַ קוק אויף די הויזן — אַ שעדעווער!
ייִדן אין הײַנטיקן אָדעס
מיט 20 יאָר צוריק, בעת דער לעצטער סאָוועטישער פֿאָלקסציילונג, האָבן אין דער שטאָט אָדעס געוווינט 90 טויזנט ייִדן. פֿון אָדעס האָבן ייִדן עמיגרירט די גאַנצע צײַט. ניט צופֿעליק איז ברײַטאָן-ביטש אין ניו-יאָרק באַקאַנט ווי "דאָס קליינע אָדעס". די 1990ער זײַנען אויך געווען יאָרן פֿון אינטענסיווער עמיגראַציע. קיין חידוש ניט, אַז אין 2001, בעת דער פֿאָלקסציילונג אין אוקראַיִנע, האָבן בלויז 13 טויזנט אײַנוווינער פֿון אָדעס און דער אָדעסער געגנט זיך אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן.
אייניקע ייִדישע אַקטיוויסטן טענהן, אַז די אמתע צאָל ייִדן אין די אוקראַיִנישע שטעט איז אַ סך גרעסער. אָבער עס גלייבט זיך קוים, אַז זייערע טענות האָבן עפּעס אַ יסוד. פֿאַר וואָס וואָלטן די מענטשן זיך ניט אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן, בפֿרט אין די נאָך-סאָוועטישע צײַטן? און טאָמער עמעצער האָט יאָ געמאַכט אַ שווײַג וועגן זײַן נאַציאָנאַלער אָנגעהעריקייט, קען זייער צאָל ניט זײַן אַזוי גרויס, אַז זי זאָל ראַדיקאַל בײַטן די סטאַטיסטיק.
ניט געקוקט אויף דעם פּיצינקן חלק פֿון ייִדן צווישן דער הײַנטיקער אָדעסער באַפֿעלקערונג, בלײַבט די שטאָט — לכל-הפּחות מיטאָלאָגיש — "אַ ייִדישע". מיט אָדעס אַסאָציִיִרט מען אַ ספּעציפֿישן רוסישן הומאָר. נאָך מער: אָדעס איז אָנערקענט געוואָרן ווי "די הויפּט-שטאָט פֿון הומאָר". און מע מיינט דערמיט אַ "ייִדישן הומאָר", נאָר אויף רוסיש. פֿון אָדעס שטאַמט דער ייִד מיכאַיִל זשוואַנעצקי, דער איצטיקער "קעניג" פֿון רוסישן הומאָר.
אַ תּורה־לימוד אין אַ חב״ד־חדר, אָדעס 2004 |
Getty Images |
דערווײַל אַנטוויקלט זיך ווײַטער, בדרך-כּלל אָן חכמות, דאָס ייִדישע לעבן אין אָדעס. ווי אין אַ סך — צי אַפֿילו ס׳רובֿ — אַנדערע שטעט אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, שפּילט חב״ד די פֿירנדיקע ראָלע אין דער אָדעסער קהילה. די היגע סטרוקטור פֿון חב׳׳ד נעמט אין זיך אַרײַן אַ קינדערגאָרטן, אַ לערנשול און אַ צאָל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.
דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע אָדעסער ייִדן זײַנען שוין געוואָרן ליובאַוויטשער חסידים. דאָס וועלטלעכע ייִדישע לעבן האָט אויך אַן אָרט. למשל, אין יוני האָט מען אין אָדעס דורכגעפֿירט "טעג פֿון ייִדישער קולטור". די הויפּט-ספּאָנסאָרן זײַנען געווען דער אַמעריקאַנער "דזשוינט" און די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם אָדעסער מייאָר.
צו די קולטור-טעג איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דער צענטער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט "מוריה", וואָס גייט אַרויס צוויי מאָל אַ יאָר זינט 2004. אין די 1910ער יאָרן איז אין אָדעס געווען אַ העברעיִשער פֿאַרלאַג מיט אַזאַ נאָמען. אָבער די שפּראַך פֿון דער איצטיקער "מוריה" איז רוסיש (זע: http://www.moria.hut1.ru), כאָטש די רייד גייט וועגן ייִדן. אמת, וועגן ייִדיש איז שווער עפּעס צו געפֿינען אין דער פּובליקאַציע.
נאָך מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, איז די ייִדישע פּרעסע געקומען צו אַזאַ אויספֿיר: אויב דער טעאַטער הייבט אָן זינגען, מיינט עס אַז ער זינקט. איצט שטייט שוין אָפֿט מאָל דאָס זינגען אין צענטער פֿון דער גאַנצער ייִדישער קולטור-אַרבעט. קיין חידוש ניט, אַז קלעזמער־מוזיק איז געווען אין צענטער פֿון די זומערדיקע ייִדישע קולטור-טעג אין אָדעס. אַ חוץ עטלעכע היגע קאַפּעליעס, זײַנען אין דער שטאָט אויפֿגעטראָטן קלעזמאָרים פֿון אַנדערע אוקראַיִנישע שטעט, ווי אויך פֿון מאָסקווע און וואַרשע.
דער מייאָר פֿון אָדעס, עדואַרד גורוויץ, איז אַן 61־יאָריקער ייִד, וואָס האָט זיך אַרויסגערוקט אין די "פּערעסטרויקע"-צײַטן. תּחילת, איז ער געוואָרן אַ הצלחהדיקער געשעפֿטסמאַן, דערנאָך איז ער אַרײַן אין פּאָליטיק. גורוויץ האָט גוטע באַציִונגען מיט די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטישע גרופּירונגען, סײַ אין אָדעס און סײַ אין קיִעוו. בעת די וואַלן אין מאַרץ 2006, האָבן פֿאַר אים געשטימט בערך 225 טויזנט אָדעסער. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז ער איז פּאָפּולער אין אַלע שיכטן פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. אייניקע האָבן ערנסטע טענות צו אים. אין אויגוסט האָבן 47 ייִדן געשאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע "ייִדן קעגן גורוויצן". זיי האַלטן, אַז זייער מייאָר איז קאָרומפּירט און אַז זײַן אויפֿפֿירונג רופֿט אַרויס אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין דער שטאָט.
ייִדיש אין די סאָוועטישע צײַטן
אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז אָדעס, צוזאַמען מיט כאַרקאָוו און קיִעוו, געווען איינער פֿון די דרײַ פֿירנדיקע ייִדישע קולטור-צענטערס אין אוקראַיִנע. אין דער שטאָט האָבן פֿונקציאָנירט ייִדישע שולן, ביבליאָטעקן; עס זײַנען אַרויס ייִדישע צײַטשריפֿטן, ס׳האָבן געשפּילט ייִדישע אַקטיאָרן, און סטודענטן האָבן זיך געלערנט אין אַ צאָל העכערע ייִדישע לערן-אַנשטאַלטן. דער ייִדישער פּעדאַגאָגישער טעכניקום, וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַן אינסטיטוט, האָט אויסגעשולט ייִדישע לערער. אייניקע פֿון זיי זײַנען באַקאַנט געוואָרן ווי ייִדישע דיכטער און פּראָזאַיִקער.
אין 1927, צום 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, האָט מען אין אָדעס פֿײַערלעך געעפֿנט אַ מוזיי פֿון ייִדישער קולטור. דער מוזיי האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים. אין דעם גרויסן בנין, וואָס דער מוזיי האָט באַקומען פֿון דער שטאָט-פֿאַרוואַלטונג (זי האָט אויך פֿינאַנצירט דעם מוזיי), האָט מען גענומען זאַמלען פֿאַרשיידענע חפֿצים: כּתבֿ-ידן, ביכער, בילדער, ווי אויך זאַכן פֿון ייִדישן טראַדיציאָנעלן לעבן. פֿרײַנד פֿון צענדליקער שטעט האָבן געהאָלפֿן צו באַרײַכערן די מוזיי-קאָלעקציע. אין 1928 האָט דער מוזיי געהאַט 8 טויזנט חפֿצים, אין 1929 — 15 טויזנט, און אין 1937 — מער פֿון 30 טויזנט. אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה איז דער גרעסטער טייל פֿון דער דאָזיקער אוניקאַלער קאָלעקציע פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. די רעשטלעך פֿון דער זאַמלונג האָט מען אָפּגעגעבן אין אַנדערע מוזייען, אין אָדעס און קיִעוו.
אַ ווינקל פֿון אַ ייִדישער וווינונג אין מוזיי פֿון געשיכטע פֿון ייִדן אין אָדעס |
אין די לעצטע יאָרן פּרוּווט מען ווידער אויפֿבויען ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס אין אָדעס. אין 2002 איז געעפֿנט געוואָרן אַ מוזיי פֿון געשיכטע פֿון ייִדן אין אָדעס. אין 2003 האָט זיך אין דער שטאָט באַוויזן אַ ייִדישער אוניווערסיטעט. אין 2007 האָבן 28 סטודענטן פֿון דעם אוניווערסיטעט באַקומען באַקאַלאַווער-דיפּלאָמען.