סוצקעווערס טאַטע־מאַמע: הערץ און רײַנע
סוצקעווערס טאַטע־מאַמע: הערץ און רײַנע

1

די פּאָפּולערקייט פֿון אַ שרײַבער צווישן די לייענער, וואָס לייענען זײַנע ווערק אין אָריגינאַל איז איין זאַך. אַן אַנדער זאַך איז די פּאָפּולערקייט פֿון דעם זעלבן מחבר אין דער סבֿיבֿה, וואָס לייענט די ווערק אין איבערזעצונגען. גאָר ניט תּמיד פֿאַלן ביידע זאַכן צונויף. דאָס איז כאַראַקטעריש פֿאַר יעדער ליטעראַטור, און די ייִדישע ליטעראַטור איז ניט קיין אויסנאַם. אַ גוטע דוגמא גיבן אונדז די ברידער זינגער — יצחק באַשעוויס-זינגער און ישׂראל־יהושע זינגער.

די ליטעראַרישע קאַריערעס פֿון די ברידער זינגער זײַנען געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן "פֿאָרווערטס", אָבער אַ שפּור האָט יעדער פֿון זיי איבערגעלאָזט אַ באַזונדערן. בעת באַשעוויס-זינגער איז זייער ברייט באַקאַנט אַ דאַנק זײַנע ענגלישע און אַנדערע איבערזעצונגען, האָבן די ווערק פֿון י. י. זינגער אַ קליינעם קרײַז הײַנטיקע לייענער פֿון דער זעלבער סבֿיבֿה. אָבער צווישן די לייענער, וואָס קענען האָבן הנאה פֿון אַ ליטעראַרישן טעקסט אויף ייִדיש, איז י. י. זינגער געווען — און אפֿשר בלײַבט — מער באַליבט איידער זײַן ייִנגערער ברודער.

פֿאַרגלײַכן קען מען אויך באַשעוויס-זינגערן מיט אַבֿרהם סוצקעווערן, וואָס זײַן נאָמען איז ווייניק באַוווּסט מחוץ די ייִדיש-קרײַזן. אָבער בײַם אינטעלעקטועלן ייִדיש-לייענער פֿאַרנעמט סוצקעווער, בדרך-כּלל, אַ מער בכּבֿודיק אָרט. אין אַ היפּשער מאָס שפּיגלט דער דאָזיקער מצבֿ אָפּ די זשאַנרען, אין וועלכע די שרײַבער זײַנען געווען טעטיק. באַשעוויס-זינגער האָט געשאַפֿן טאַלאַנטירטע פּראָזע-ווערק, צוטריטלעכע פֿאַר אַ ברייטן לייענער-עולם. סוצקעווער איז געווען אַ דיכטער, איינער פֿון די גרעסטע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. און אפֿשר דער גרעסטער — וווּ נעמט מען, בכלל, אַ מאָס פֿאַר אַזעלכע קלאַסיפֿיקאַציעס? אָבער פּאָעזיע ציט צו (בפֿרט איצט) אַ באַגרענעצטע צאָל ליבהאָבער. דערצו קומען די שוועריקייטן פֿון איבערדיכטן פּאָעטישע ווערק אין אַן אַנדער שפּראַך.

2

אַבֿרהם סוצקעווער (1913—2010) איז געבוירן געוואָרן אין סמאָרגאָן. הײַנט איז עס אַ קליינע שטאָט אין ווײַסרוסלאַנד. לויט דער "ייִדישער געאָגראַפֿיע" געהערט עס צו ליטע, וואָס איז געווען אַ סך גרעסער פֿון דער הײַנטיקער מדינה מיט אָט דעם נאָמען. ווען סוצקעווער איז געקומען אויף דער וועלט, איז די גאַנצע ייִדישע ליטע געווען אין די גרענעצן פֿון רוסלאַנד.

אין אויגוסט 1914 איז אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט-מלחמה. זי האָט פֿאַרוואַנדלט די גאַנצע געגנט אין אַן אַרענע פֿון ביטערע שלאַכטן צווישן די אַרמייען פֿון רוסלאַנד און דײַטשלאַנד. אין ייִדיש האָט זיך באַוויזן דער באַגריף פֿון "בעזשענצעס" — פּליטים. צענדליקער טויזנטער ייִדן האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן זייערע היימען. אַזוי האָבן די סוצקעווערס זיך פֿאַרקליבן אַזש אין סיביר.

אין דער סיבירער שטאָט אָמסק האָט, אין יאָר 1920, אויסגעהויכט די נשמה זײַן פֿאָטער. די אַלמנה האָט זיך מיט די קינדער אומגעקערט קיין סמאָרגאָן. אָבער די שטאָט איז חרובֿ געוואָרן בעת דער מלחמה, און די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין ווילנע. נאָך דער בלוטיקער צעטיילונג פֿון דער רוסישער אימפּעריע, איז ווילנע פֿאַרבליבן אין די גרענעצן פֿון פּוילן. ווי-ס׳ניט-איז דורכצוקומען האָט דער משפּחה געהאָלפֿן אַ קרובֿ פֿון אַמעריקע.

אַבֿרהם סוצקעווער איז געגאַנגען אין חדר. שפּעטער האָט ער זיך געלערנט אין אַ ייִדיש-פּוילישער שול. געלייענט האָט ער ביכער אויף פּויליש און העברעיִש. די ערשטע לידער — אויף העברעיִש — האָט ער אָנגעשריבן, ווען ער איז געווען פֿערצן יאָר אַלט. ייִדיש איז געווען זײַן מאַמע-לשון, אָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז ער געווען אָפּגעריסן. דעם דיכטערס באַציִונג צו ייִדיש האָט זיך געביטן אַ דאַנק זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט יונגע לײַט, וועלכע האָבן זיך אויסגעלעבט אין דער ייִדישער קולטור.

אַ וויכטיקע ראָלע אין סוצקעווערס "ייִדישיזאַציע" האָט געשפּילט די ייִדישע סקויטן-אָרגאַניזאַציע "בין". געשאַפֿן האָט זי מאַקס ווײַנרײַך, דער דירעקטאָר פֿון דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, ייִוואָ. קיין קאַבינעט-געלערנטער איז ווײַנרײַך קיין מאָל ניט געווען. די אָרגאַניזאַציע "בין" האָט ער פֿאַרטראַכט ווי אַן אומפּאַרטיייִשע, ריין קולטור-ייִדישיסטישע.

3

אין 1933 האָט סוצקעווער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ערשטע לידער אויף ייִדיש. אין 1937 איז אַרויס זײַן ערשטע פּאָעטישע זאַמלונג, "לידער". די צווייטע זאַמלונג, "וואַלדיקס", איז אַרויס אין יאָר 1940, ווען ווילנע איז שוין געווען אַ סאָוועטישע שטאָט. סוצקעווער האָט ניט געליטן פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. ער האָט געפֿירט אַ ייִדישע ראַדיאָ-פּראָגראַם. אין דעם ביוראָ פֿון דער פּראָגראַם האָט ער זיך דעם 22טן יוני 1941 דערוווּסט, אַז דאָס דײַטשישע מיליטער איז אַריבער די גרענעצן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

עוואַקויִרן זיך פֿון ווילנע איז געלונגען נאָר אַ קליינעם חלק פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. סוצקעווער איז געווען צווישן די, וועמען עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן באַצײַטנס צו אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן. אין דער ווילנער געטאָ איז ער געווען אַ מיטגליד פֿון די גרופּעס, וועלכע האָבן, אויף וויפֿל זיי האָבן געקענט, זיך קעגנגעשטעלט די נאַציס. אין סעפּטעמבער 1943 איז ער, מיט אַ גרופּע חבֿרים פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, אַוועק אין די וועלדער, צו די פּאַרטיזאַנער.

סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז סוצקעווערס טאַלאַנט האָט מען געקענט אויסנוצן אין דער אַנטי-פֿאַשיסטישער אַגיטאַציע. אין מאַרץ 1944 האָט אַן עראָפּלאַן, ספּעציעל געשיקט צו די פּאַרטיזאַנער, געבראַכט סוצקעווערן און זײַן פֿרוי, פֿריידקע, קיין מאָסקווע. צוויי יאָר איז ער געווען אַ טייל פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. אין 1946 איז אין מאָסקווע אַרויס זײַן דאָקומענטאַל בוך "פֿון ווילנער געטאָ".

אין 1946 באַווײַזט זיך סוצקעווער צום ערשטן מאָל אין מערבֿ-אייראָפּע. אין פֿעברואַר טרעט ער אַרויס ווי אַן עדות אויפֿן נירנבערגער פּראָצעס, און אין דעצעמבער באַטייליקט ער זיך אין דעם ציוניסטישן קאָנגרעס אין בריסל. אין סעפּטעמבער 1947 גיט זיך אים אײַן צו קומען קיין ארץ-ישׂראל. זײַן פּאָעטישער טאַלאַנט און העלדישקייט אין די מלחמה-יאָרן האָבן געהאָלפֿן דורכצוברעכן די וואַנט פֿון שׂינאה צו ייִדיש, וועלכע איז געווען אויפֿגעבויט אין די הויכע פֿענצטער פֿון דעם ציוניסטישן איסטאַבלישמענט.

אין 1949 איז אַרויס, אונטער סוצקעווערס רעדאַקציע, דער ערשטער נומער פֿון דעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל "די גאָלדענע קייט". דעם זשורנאַל האָט אַרויסגעגעבן די הסתּדרות. ביזן יאָר 1995, ווען סוצקעווער האָט באַשלאָסן אָפּצושטעלן די אויסגאַבע, איז עס געווען דער אָלימפּ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט.