ליטעראַרישע גרופּע "יונג־ווילנע" — עס זיצן (פֿון רעכטס): בן־ציון מיכטום, רחל סוצקעווער, שמשון קאַהאַן, שיינע עפֿראָן, משה לעווין; עס שטייען: שמערקע קאַטשערגינסקי, אַבֿרהם סוצקעווער, אַלחנן וואָגלער, חיים גראַדע, לייזער וואָלף.
ליטעראַרישע גרופּע "יונג־ווילנע" — עס זיצן (פֿון רעכטס): בן־ציון מיכטום, רחל סוצקעווער, שמשון קאַהאַן, שיינע עפֿראָן, משה לעווין; עס שטייען: שמערקע קאַטשערגינסקי, אַבֿרהם סוצקעווער, אַלחנן וואָגלער, חיים גראַדע, לייזער וואָלף.

1

דעם 11טן אָקטאָבער 1929, איז די צײַטונג "ווילנער טאָג" אַרויס מיט אַ באַזונדערן אָפּטייל, אונטערן טיטל: "דער אַרײַנמאַרש פֿון יונג ווילנע אין דער ייִדישער ליטעראַטור". אין 1934 איז אַרויס דער ערשטער פֿון די דרײַ נומערן פֿונעם זשורנאַל "יונג ווילנע" (1934—1936). די אויסגאַבע האָט קלאָר באַוויזן, אַז ווילנע האָט געקענט זיך באַרימען מיט אַ גאַנצער גרופּע פֿעיִקע יונגע דיכטער, פּראָזאַיִקער און קינסטלער.

עס קלינגט פּאַראַדאָקסאַל, אָבער ווילנע, וואָס האָט פּרעטענדירט אויפֿן סטאַטוס פֿון דער הויפּטשטאָט פֿון ייִדישער קולטור, האָט פֿריִער ניט אַרויסגעגעבן קיין סך ליטעראַרישע טאַלאַנטן. די שטאָט איז געווען מער באַקאַנט אַ דאַנק אירע טוער, רעדאַקטאָרן, קענער וכ׳, אָבער ניט אַ דאַנק אירע גרויסע ייִדישע שרײַבער. אַזעלכע זײַנען געקומען, דער עיקר, פֿון אוקראַיִנע און פּוילן.

אין די 1920ער יאָרן האָט אין ווילנע געוווינט דער דיכטער משה קולבאַק. אָבער צו דער צײַט, ווען עס האָט זיך באַוויזן די גרופּע "יונג ווילנע", איז קולבאַק שוין געווען אַ מינסקער תּושבֿ. ווילנע איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער צענטער פֿאַרן ייִדישן פּען-קלוב — אַן אָפּצווײַג פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן פּען-קלוב. אָבער געטאָן האָט מען עס ווי אַ פּשרה מיט דער קאָנסטיטוציע פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פּען-קלוב, וועלכער האָט ניט דערלויבט צו האָבן צוויי צענטערס אין דער זעלבער שטאָט. דערפֿאַר האָט מען דעם ייִדישן פּען-קלוב ניט געקענט באַזירן אין אַזעלכע שטעט, ווי ניו-יאָרק צי וואַרשע, וווּ עס זײַנען געווען די צענטערס פֿון דעם אַמעריקאַנער און דעם פּוילישן קלובן.

גלײַכצײַטיק האָט ווילנע געשוואַנגערט מיט ליטעראַרישע טאַלאַנטן. זיי האָבן געמוזט זיך באַווײַזן אין דער שטאָט מיט אַזאַ אַנטוויקלטער ייִדישער טעטיקייט. אַ דאַנק דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, ייִוואָ, און זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט ייִדישע לערן-אַנשטאַלטן און אַנדערע קולטור-אינסטיטוציעס, האָט זיך געשאַפֿן אַ ברייטע סבֿיבֿה פֿון איבערגעגעבענע ליבהאָבער פֿון ייִדיש.

2

דעם נאָמען — "יונג ווילנע" — האָט פֿאַר דער גרופּע ליטעראַטן און קינסטלער געגעבן זלמן רייזען, אַ פֿירנדיקע פֿיגור אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה פֿון ווילנע. אינטערעסאַנט, אַז דער דאָזיקער נאָמען איז בײַם אָנהייב גאָר ניט געפֿעלן געוואָרן די יונגע לײַט, אָבער אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן. סוצקעווער איז ניט געווען צווישן די גרינדער פֿון "יונג ווילנע". ער איז געקומען אַ ביסל שפּעטער, ווען זי האָט שוין געטראָגן דעם דאָזיקן נאָמען.

די צענטראַלע ראָלע אין דער גרופּע "יונג ווילנע" האָט געשפּילט דער דיכטער שמערקע (שמריהו) קאַטשערגינסקי (1908—1954). די ליטעראַטן פֿון דער גרופּע בכלל און קאַטשערגינסקי בפֿרט האָבן געפּרוּווט אַדרעסירן זייערע ווערק גלײַך צו צוויי מינים לייענער: סײַ צום עליטאַרן עולם און סײַ צום "עמך". אין דעם זין איז עס געווען ענלעך צו די באַציִונגען פֿון סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער. און אַזאַ ענלעכקייט איז געווען גאָר ניט קיין צופֿעליקע.

קאָטשערגינסקי איז פֿון יונגווײַז אָן געווען פֿאַרבונדן מיט די קאָמוניסטן. הגם קיין דירעקטע דאָקומענטן האָבן זיך ניט אָפּגעהיט, לייגט זיך עס אויפֿן שׂכל, אַז דער זשורנאַל "יונג ווילנע" איז געווען אַ פּובליקאַציע, פֿינאַנצירט, לכל-הפּחות טיילווײַז, פֿון דעם ייִדישן ביוראָ פֿון דער אומלעגאַלער פּוילישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. אין דעם זעלבן יאָר, 1934, האָבן די קאָמוניסטן געגעבן געלט אויף אַרויסצוגעבן אין וואַרשע אַ נײַע טאָגצײַטונג, "פֿרײַנד". ווערק פֿון אייניקע מיטגלידער פֿון "יונג ווילנע" האָבן זיך באַוויזן אין דעם ליטעראַרישן אָפּטייל פֿון דער צײַטונג.

די יונגע פּען-מענטשן פֿון ווילנע זײַנען געוואָרן באַקאַנט אויך מחוץ זייער שטאָט און אַפֿילו מחוץ פּוילן. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט דער זשורנאַל "צוקונפֿט" פֿאַרעפֿנטלעכט לידער פֿון אייניקע פֿון זיי. "צוקונפֿט" איז דעמאָלט, אין די 1930ער יאָרן, געווען אַ שוועסטער-אויסגאַבע פֿון "פֿאָרווערטס". אין דער צײַטונג גופֿא האָט מען אויך באַמערקט די טאַלאַנטירטע ווילנער שרײַבער. איינער פֿון זיי, משה לעווין (1907—1942), האָט אין יאָר 1937 באַקומען אַ פּרעמיע פֿון "פֿאָרווערטס" (75 דאָלאַר) פֿאַר זײַן דערציילונג "דרײַ שפּיגלען".

3

משה לעווין און אַ צאָל אַנדערע מיטגלידער פֿון "יונג ווילנע" זײַנען אומגעקומען בעתן חורבן. שמערקע קאַטשערגינסקי איז פֿאַרבליבן אין ווילנער געטאָ. ער האָט איז אויסגעצייכנט אין קאַמף קעגן די נאַציס אין דער פּאַרטיזאַנער־מחנה "ווילנע". דעם דאָזיקן העראָיִשן קאַמף האָט קאַטשערגינסקי באַשריבן אין זײַן בוך "איך בין געווען אַ פּאַרטיזאַן". נאָך דער באַפֿרײַונג איז ער טראַגיש אומגעקומען אין אַ אַוויאָ-קאַטאַסטראָפֿע אין אַרגענטינע.

הענעך סאָלאָווייטשיק, אַ יונגער פּראָזאַיִקער, האָט געשוואַרצט די גרענעץ, כּדי צו רעאַליזירן זײַן חלום צו לעבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. בײַם אָנהייב האָט אַלץ אויסגעזען גוט. ער האָט געאַרבעט אין דער נײַער אינדוסטריעלער שטאָט מאַגניטאָגאָרסק, געווען אַקטיוו אין ייִדישע קולטור-אונטערנעמונגען, אַ דעלעגאַט צו דעם צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטישע שרײַבער. אָבער אין 1936, בשעת די סטאַליניסטישע "רייניקונגען", האָט מען אים אַרעסטירט און קיין לעבעדיקן שוין ניט אַרויסגעלאָזט.

דער דיכטער לייזער וואָרף (זײַן אמתער משפּחה-נאָמען איז געווען מעקלער, 1910—1943) איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע מיטגלידער פֿון "יונג ווילנע". ער איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ פֿירער פֿון די ייִדישע סקויטן. ווען ווילנע איז געוואָרן אַ סאָוועטישע שטאָט, איז ער אין אַ צײַט אַרום אַריבערגעפֿאָרן קיין אוקראַיִנע. זײַנע ווערק האָבן זיך געדרוקט אין די סאָוועטישע אויסגאַבעס. בעת דער מלחמה איז ער געשטאָרבן אין מיטל-אַזיע.

חיים גראַדע (1910—1982), איינער פֿון די באַגאַבטסטע שרײַבער פֿון "יונג ווילנע", האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דערנאָך האָט ער אַ קורצע צײַט געוווינט אין פּוילן און פֿראַנקרײַך, און זינט 1948 זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. גראַדע איז געוואָרן איינער פֿון באַקאַנטסטע ייִדישע שרײַבער אין די יאָרן נאָכן חורבן. ער האָט ניט געמאַכט קיין סוד פֿון זײַן ניט-צופֿרידנקייט מיט באַשעוויס-זינגערס נאָבעל-פּריז, געהאַלטן עס פֿאַר אַ "טראַגעדיע" פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אַבֿרהם סוצקעווער איז דער סאַמע באַוווּסטער מיטגליד פֿון דער לעגענדאַרער ליטעראַרישער גרופּע "יונג ווילנע". שוין אין מדינת-ישׂראל האָט ער צוגעלייגט די האַנט צום שאַפֿן אַ היגע גרופּע — "יונג ישׂראל", וועלכע האָט פֿאַראייניקט ייִדישע ליטעראַרישע טאַלאַנטן פֿון דער יונגער מדינה.