שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ פֿרוי און אַ גוטע אַרבעט וואָס פֿאַרנעמט אָבער בײַ מיר אַ סך צײַט. אָפֿט, ווען מײַן מאַמע קומט צו אונדז צו גאַסט, פֿאַרשעמט זי מיך פֿאַר מענטשן. ווען איך שטעל זי פֿאָר פֿאַר מײַנע מיטאַרבעטער, פּלאַפּלט זי וועגן מיר און מײַנע "גרויסע" דערגרייכונגען. ווען איך ברענג זי צו אַן אונטערנעמונג וואָס איך האָב אָרגאַניזירט, ווייסט יעדער אין גיכן, אַז זי איז מײַן מאַמע. מײַן פֿרוי הערט זיך שטיל אײַן און זאָגט גאָרנישט, און מײַן מאַמע פֿרעגט זי קיין מאָל נישט וועגן איר לעבן און אַרבעט. איך האָב שוין עטלעכע מאָל גערעדט מיט מײַן מאַמען און איר אַפֿילו געשיקט אַ בליצבריוול, אַז זי פֿאַרשעמט מיך; אָבער עס בלײַבט דאָס זעלבע. וואָס זאָל איך טאָן, כּדי מײַן מאַמעס באַזוכן זאָלן גיין מער גלאַטיק?

פֿרוסטרירטער זון


טײַערער פֿרוסטרירטער זון,

עס זעט אויס, אַז אײַער מאַמע וועט זיך נישט בײַטן אויף קיין האָר. שוין בעסער, אויפֿן אָרט פֿון זאָגן איר וואָס זי זאָל נישט טאָן, זאָלט איר זי בעטן טאָן איין זאַך — זאָל זי פֿרעגן בײַ אײַער פֿרוי און אַנדערע וועגן זייערע לעבן. דאָס וואָלט כאָטש געהאָלפֿן צו באַלאַנסירן דעם שמועס. אויב די עצה טויג נישט, טאָ פֿאַרבעט זי מער נישט ווען איר פֿירט דורך אַזאַ געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונג. איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז דאָס גרויסן זיך מיט די אויפֿטוען פֿון קינדער איז אַ טבֿע פֿון אַ סך ייִדישע מאַמעס. מסתּמא ווערט קיינער נישט באַליידיקט פֿון אײַער מאַמעס רייד; מע טראַכט, אַוודאי, אַז זי איז פּשוט אַ טיפּישע ייִדישע מאַמע. אַז איר וועט אײַנזען, אַז אײַער מאַמע איז פּונקט ווי אַנדערע מאַמעס אין דעם פּרט, קענט איר זיך ווייניקער שעמען.


טײַערע חזנטע,

מײַן טאָכטער ליסאַ וויל חתונה האָבן אין זייער אַ טײַערן האָטעל אין צענטער פֿון לאָס־אַדזשעלעס. מיר וואָלט ליבערשט געווען, ווען זי האָט חתונה אין אונדזער סינאַגאָגע, אין וועלכער ס׳איז דאָ אַ פּרעכטיקער זאַל פֿאַר שׂימחות. אָבער זי ווערט צוביסלעך אַ "כּלה־מאָנסטער"; זי וויל נאָר דעם טײַערן האָטעל און בעסטן סאַרווער. די חתונה וועט אונדז אָפּקאָסטן אַ סך מער ווי מיר האָבן זיך געריכט. זאָל איך זי איבעררעדן אָדער נאָכגעבן? אַ חתונה קומט דאָך פֿאָר איין מאָל אין לעבן, און זי וועט שוין קיין מאָל נישט האָבן די געלעגנהייט צו האָבן אַ פּרעכטיקע חתונה נאָך אַ מאָל. איך האָב פֿײַנט זיך צו קריגן מיט איר וועגן דעם.

מאַמע פֿון אַ "כּלה־מאָנסטער"


טײַערע מאַמע פֿון אַ "כּלה־מאָנסטער",

איר האָט ריכטיק אויסגעדריקט אײַער מיינונג: אַ חתונה קומט פֿאָר איין מאָל. בלי־ספֿק ווילט איר און אײַער טאָכטער אַן אומפֿאַרגעסלעכע חתונה, אָבער צו פֿיל כּלות שטעלן דעם טראָפּ אויפֿן טאָג פֿון דער חתונה, און נישט גענוג אויפֿן זיווג־לעבן נאָך דעם. קריגט זיך נישט — שטעלט צונויף אַ בודזשעט פֿאַר אײַער טאָכטער, זי זאָל פֿאַרשטיין וויפֿל געלט איר קענט אויסגעבן. אויב זי וויל דווקא אַ טײַערן האָטעל, זאָלן זי און איר חתן באַצאָלן פֿאַר די בלומען און מוזיק. זי דאַרף זיך פֿאָרשטעלן דאָס גאַנצע בילד און דערנאָך באַשליסן וואָס איז מער וויכטיק.


טײַערע חזנטע,

ווי וואָלט איר זיך געפֿילט, ווען איר זענט דאָס מיטעלע קינד צווישן צוויי גאָר געראָטענע, אַמביציעזע אַנדערע קינדער. מײַן עלטערע שוועסטער באַקומט די בעסטע צייכנס אין שול, שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער מיטלשול־פּיעסע און האָט אַ חנעוודיק ייִנגל. מײַן ייִנגערער ברודער איז אַ זשעני פֿון מאַטעמאַטיק און קען שוין פֿאַרריכטן קאָמפּיוטערס און עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן בעסער פֿונעם עלעקטריקער. מיר דאַכט, אַז איך בין גאַנץ מיטל־מעסיק, אָבער אַרום מיר געפֿינען זיך מענטשן מיט גרויסע טאַלאַנטן. ווי וואָלט איר זיך געפֿילט אין אַזאַ מצבֿ?

אין מיטן


טײַערער אין מיטן,

מיר געפֿעלט, וואָס איר פֿרעגט בײַ מיר קשיות, אויפֿן אָרט פֿון דערקלערן אײַערע געפֿילן. איר ווילט, אַ פּנים, איך זאָל אַרויסווײַזן סימפּאַטיע, אָבער דער אמת איז, אַז איך האָב נישט קיין רחמנות אויף אײַך. איך בין זיכער, אַז איר זענט אַ יחיד־במינו. עס קען זײַן, אַז איר האָט נאָך נישט אויסגעפֿונען, וווּ עס געפֿינען זיך אײַערע ספּעציעלע טאַלאַנטן אָדער לײַדנשאַפֿטן. ווי וואָלט איר זיך געפֿילט, ווען איר האָט אַ טאַלאַנט וואָס איר האָט נאָך נישט געפֿונען? ווי וואָלט איר זיך געפֿילט, ווען איר זענט אַ געטרײַער חבֿר און זענט שטאָלץ דערמיט? ווען איר העלפֿט אַנדערע ווי אַ וואָלונטיר? ווען איר שאַצט אָפּ אײַער ווערט לויט זיך אַליין און נישט אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע? טוט אַ פּרוּוו און לאָזט מיר וויסן.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024