נישט אַנדערש ווי אַ נס קאָן מען אָנרופֿן דעם פּרוּוו אויפֿצורײַסן אַן אויטאָ, אָנגעלאָדן מיט אויפֿרײַס־חומר אין סאַמע צענטער פֿון ניו־יאָרק. אַ נס, וואָס דער טעראָריסט איז געווען אַ פּאַרטאַטש און געמאַכט אַ שלעכטע באָמבע; אַ נס, וואָס דער גאַסן־הענדלער, אַ וועטעראַן פֿון דער וויעטנאַמער מלחמה, איז געווען אַ וואַכזאַמער מענטש און האָט באַלד זיך פֿאַרבינדן מיט דער פּאָליציי. אַ נס, וואָס די פּאָליציי האָט אַזוי גיך רעאַגירט און אָנגענומען אַלע זיכערהייט־מיטלען, כּדי אַרויסצופֿירן דעם עולם פֿון דער געפֿערלעכער זאָנע. די קייט פֿון נסים האָט דאָס מאָל גיך געבראַכט צום טעראָריסט, וואָס האָט שוין געהאַט געהאַלטן בײַם אַנטלויפֿן מיט אַן עראָפּלאַן אין מיטעלן מיזרח.

מיר ווערן הײַנט אַלץ מער פֿאַטאַליסטן, און גלייבן, אַז דער גורל וועט נישט דערלאָזן צו אַ צווייטן 11טן סעפּטעמבער. דערבײַ פֿאַרגעסן מיר, אָדער ווילן נישט מסכּים זײַן מיט דעם, אַז זינט יענעם טאָג פֿון 2001 גייט אָן אַ שווערע מלחמה, וווּ די מוסולמענישע פֿאַנאַטיקער ווילן אויפֿרײַסן אונדזער וועלט. די דאָזיקע וועלט־מלחמה קומט פֿאָר סײַ דאָרט, וווּ עס רײַסן זיך יעדן טאָג אויף אויטאָס מיט טעראָריסטן־זעלבסטמערדער, סײַ בעתן באַשיסן די ייִשובֿים אין ישׂראל, סײַ אויף די גאַסן פֿון אייראָפּע און אַמעריקע. זי פֿלאַקערט אָבער אויך אין די קאָרידאָרן פֿון דער "יו־ען" און אינטערנאַציאָנאַלע "סאָמיטן", וווּ די גדולים פֿון דער וועלט קאָנען נישט (אָדער ווילן נישט) קומען צו אַן אַחדות און מאַכן אַ סוף צו דער נעסט, וווּ די פֿינצטערע פֿאַנאַטיקער געפֿינען אַ ממשותדיקע שטיצע פֿאַר זייערע מעשׂים.

מיר ווייסן, ווער עס זײַנען די דאָזיקע שטיצער, וואָס באַוואָפֿענען די טעראָריסטן מיט געווער. די וואָך איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די אינפֿאָרמאַציע, אַז סיריע האָט איבערגעגעבן דער טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע אין לבֿנון "כעזבאָלאַ" סאָפֿיסטיקירטע ראַקעטן, וואָס דערגרייכן ביז 400 קילאָמעטער. אָריגינעל זײַנען די דאָזיקע ראַקעטן געמאַכט דעוואָרן אין איראַן; סיריע האָט זיי בלויז מאָדיפֿיצירט. איראַן האַלט אויס די טעראָריסטן אין איראַק, באַוואָפֿנט דעם טאַליבאַן אין אַפֿגאַניסטאַן און די באַנדעס אין פּאַקיסטאַן.

טאַקע קיין פּאַקיסטאַן פֿירן די שפּורן פֿון דעם איצטיקן טעראָריסט, פֿײַסאַל שאַכזאַד. די פּאַקיסטאַנער מאַכט האָט לעצטנס אַרעסטירט דאָרט פֿינף בירגער, וואָס ווערן פֿאַרדעכטיקט אין דעם "שאַכזאַד־ענין". ס'איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז אויך אין אַמעריקע האָט דער טעראָריסט געהאַט מיטהעלפֿער.

דערווײַל זיפֿצן מיר אָפּ נאָך יעדער אַזאַ ידיעה, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט די וואָך דעם אויבנאָן אין דער וועלט־מעדיאַ. מע מוז אָבער געדענקען, אַז יעדער נס, איז אַ וואָרעניש פֿון אַן אומגליק, וואָס וועט נאָך געשען.

צום 65סטן יאָרטאָג פֿון גרויסן נצחון

טײַערע לייענער. די קומעדיקע וואָך גיבן מיר אָפּ כּבֿוד אונדזערע מלחמה־וועטעראַנען, וואָס האָבן זיך געשלאָגן אויף אַלע פֿראָנטן, נישט געשאַנעוועט זייערע יונגע לעבנס, צו באַפֿרײַען די וועלט פֿון דעם פֿאַשיזם־מאָנסטער. אינעם הײַנטיקן נומער האָבן מיר אויסגעטיילט אַ בכּבֿודיק אָרט צו באַצייכענען די דאַטע פֿון 65סטן יאָרטאָג נאָכן גרויסן נצחון.

צום באַדויערן, קאָן מען אויך אַזאַ דערהויבענע דאַטע פֿאַרוואַנדלען אין אַ פּלוידער־פּראָפּאַגאַנדע, אויפֿגעבלאָזענעם נאַציאָנאַלן פּאַטריאָטיזם, ווי דאָס קומט איצט פֿאָר אין רוסלאַנד. מיר ווייסן אָבער, אַז וואָס איז צו איז איבעריק. דער "צו" קאָן אויך זײַן אין אַ פֿאַרקערטער זײַט. אין די מערבֿ־לענדער נעמט מען זיך גאָרנישט איבער פֿון דער דאַטע. שוין אָפּגערעדט, אַז אַ ממשותדיקער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג ווייסט זייער ווייניק אָדער בכלל נישט וועגן דעם נצחון. אַ שאָד. דאָס נישט־דערשאַצן גורלדיקע נצחונות ברענג צו מאָל צו נײַע מלחמות.

מיר באַגריסן אַלע אונדזערע לייענער מיט דעם וויכטיקן אָנדענק־טאָג. מיר זײַנען שטאָלץ, וואָס צווישן אונדזערע מיטאַרבעטער זײַנען אויך דאָ מענטשן, וואָס האָבן פֿאַרגאָסן זייער בלוט אין די קאַמפֿן קעגן די נאַצישע מערדער — מישע לעוו, מרדכי דוניץ, משה לאָיעוו, מאַקס ריאַנט, מיכל באַראַן.

געזונט אײַך און אַ פֿרידלעכן הימל איבער אײַער היים!