שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

נאָך אין אונדזערע קינדער־יאָרן בין איך און מײַן פֿרײַנד געווען נאָענטע חבֿרים. מיר זענען געווען אין איין קלאַס צוזאַמען פֿונעם קינדער־גאָרטן ביז הײַנט. קענען מיר זיך, הייסט עס, כּמעט אַ גאַנץ לעבן. מיר ווילן בלײַבן פֿרײַנד און נישט ווערן געליבטע — פּשוט, גוטע־פֿרײַנד.

דעם זומער האָט ער אָנגעהויבן זיך טרעפֿן מיט אַ חבֿרטע אויף אַן ערנסטן אופֿן און, מיט אַ מאָל, האָט אונדזער באַציִונג זיך געביטן. זײַן חבֿרטע האַלט נישט, אַז בחורים און מיידלעך קענען זײַן בלויז פֿרײַנד, און זי לאָזט אים נישט פֿאַרברענגען מיט מיר, אַפֿילו נישט רעדן מיט מיר אויפֿן טעלעפֿאָן, ווען זי איז דערבײַ.

אין אַ וואָך אַרום פֿאָר איך קיין ישׂראל צו לערנען זיך דאָרטן דאָס דריטע יאָר אין אוניווערסיטעט. מײַן יוגנט־חבֿר און איך האָבן פּלאַנירט צו פֿאַרברענגען דעם לעצטן סוף־וואָך צוזאַמען, אָבער אין דער לעצטער מינוט, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט דערפֿון, ווײַל זײַן חבֿרטע איז זייער אין כּעס געוואָרן.

עס זעט מיר אויס, אַז איך האָב פֿאַרלוירן מײַן חבֿר אויף אייביק. ס׳איז מיר אויך טרויעריק אויפֿן האַרצן, ווײַל ער האָט זי אויסגעקליבן, און נישט מיך. ווי זאָל איך רעאַגירן אויף דעם פֿאַרלוסט פֿון מײַן חבֿר?

פֿאַרטרויערט


טײַערע פֿאַרטרויערט,

כאָטש איר זענט אומעטיק צוליב דעם, ווי אײַער חבֿר פֿירט זיך אויף מיט אײַך, מיין איך, אַז דאָס וועט לאַנג נישט דויערן. זײַן חבֿרטע שטיצט נישט אײַער פֿרײַנדשאַפֿט מיט אים, אָבער דאָס איז נישט דער עיקר. אויב אײַער חבֿר וואָלט אַרויסגעוויזן אַ ביסל מער זעלבסטזיכערקייט, וואָלט ער מער געקעמפֿט פֿאַר אײַער פֿרײַנדשאַפֿט. איצט לאָזט ער די נײַע חבֿרטע באַשליסן זײַן לעבן.

איך ווייס, אַז סע טויג נישט, אַז איר זאָלט אַוועקפֿליִען פּונקט איצט, ווען די באַציִונגען מיטן חבֿר זענען אין אַזאַ מצבֿ, אָבער מיר דאַכט, אַז איר דאַרפֿט זיך צוריקציִען אויף אַ ווײַלע פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט. טאָ פֿאָרט קיין ישׂראל, פֿאַרברענגט גוט, און מסתּמא וועט אײַער פֿרײַנד אײַך קלינגען און אײַך זאָגן, אַז ער בענקט נאָך אײַך און אײַער חבֿרשאַפֿט. ווען ער קלינגט אײַך וועגן דעם, לאָזט אים וויסן וועגן אײַערע געפֿילן. ווי ער נעמט אויף אײַערע ווערטער, וועט באַשטימען די צוקונפֿט פֿון אײַער באַציִונג.


טײַערע חזנטע,

מיר זענען מיטגלידער אין אַ שיל אין באָסטאָן שוין 16 יאָר; פֿון דער צײַט, ווען אונדזער עלטסטע טאָכטער איז געווען גאָר קליין. מײַן ייִנגערע טאָכטער האָט געפּראַוועט איר בת־מיצווה פֿאַר אַ יאָרן. איצט, אַז ביידע טעכטער האָבן פֿאַרענדיקט די זונטיק־שול, פֿרעג איך זיך, וואָס האָב איך פֿון דער שיל? די פֿרײַנד וואָס איך האָב באַקומען דורך דער שיל, וועלן דאָך בלײַבן מײַנע פֿרײַנד. מיר קענען דאָך קומען אין שיל און דאַוונען, אָדער הנאה האָבן פֿון אַנדערע פּראָגראַמען אין דער שיל, אָן מיטגלידערשאַפֿט. מיר פֿאַרברענגען די יום־טובֿים מיט מײַנע מחותּנים, דאַרפֿן מיר נישט קויפֿן קיין בילעטן פֿון דער שיל. מיר דאַכט, אַז דער פּרײַז פֿון מיטגלידערשאַפֿט צאָלט זיך נישט אויס. קענט איר מיך איבערצײַגן, אַז נישט געקוקט אויף מײַנע טענות, איז יאָ כּדאַי צו בלײַבן אַ מיטגליד אין דער שיל?

מיטגליד


טײַערער מיטגליד,

איך בין צופֿרידן וואָס איר האָט עס געפֿרעגט. יאָ איך קען אײַך איבעררעדן וועגן דעם ענין: מיטגלידערשאַפֿט אין אַ שיל איז אַנדערש ווי מיטגלידערשאַפֿט אין אַ גאָלף־קלוב, צי אין אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אָרגאַניזאַציע. דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ קהילה. אויב איר האָט געפֿונען אַ ייִדישע קהילה, וווּ איר זענט צופֿרידן און גליקלעך, וווּ איר האָט חבֿרים, וווּ איר קענט דאַוונען, וווּ אײַערע קינדער האָבן באַקומען אַ גוטע ייִדישע דערציִונג, דאַרפֿט איר שטיצן די קהילה ווי ווײַט מעגלעך. נאָמאַדן ניצן אויס דאָס לאַנד און גייען ווײַטער. פֿאַרמער אַרבעטן אויפֿן לאַנד און דאָס לאַנד בליט. האָט ליב אײַער שיל, און באַשליסט ווי איר קענט איר אַרויסהעלפֿן, זי זאָל בליִען ווײַטער.


טײַערע חזנטע,

אויב איך וועל זיך צעגיין מיט מײַן חבֿרטע, זאָל איך דאָס טאָן איצט, אָדער וואַרטן ביז דער זומער ענדיקט זיך? איך וויל זיך נישט באָדן אַליין בײַם ים במשך פֿון די לעצטע וואָכן פֿונעם זומער.

חבֿר


טײַערער חבֿר,

איר ווילט בלײַבן מיט אײַער מיידל, כּדי עס זאָל אײַך נישט זײַן עלנט אויף דער פּלאַזשע? טוט איר אַ טובֿה, צעגייט זיך וואָס גיכער.


* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com

אָדער

Cantors Office

10400 Wilshire Blvd

Los Angeles, CA 90024