אויף ייִדיש זאָגט מען: אַ דריי מיט דער נאָז קאָן פּטרן אַ גוטע זאַך. אָבער נאָך ערגער איז, ווען אַ גוטע זאַך ווערט געפּטרט צוליב גלײַכגילט.
וויפֿל מאָל קאָן מען הערן אַזאַ מבֿינות: "ווייס איך וואָס! בלאָטע! וועמען אַרט עס?! זאָל עס גיין ווי עס גייט! און אַז די קאַטשקע וועט שרײַען, זאָל זי שרײַען! עס אַרט מיך ניט אויף אַ האָר", אָדער נאָך שטאַרקער: "שלאָג זיך אַליין מיטן קאָפּ אין דער וואַנט!"
אַזאַ מבֿין איז אַ חכם פֿאַר זיך אַליין. פֿון זײַן גלײַכגילט לײַדט, קודם־כּל, ער אַליין. אָבער גלײַכגילט איז אַ שרעקלעכע, אָנשטעקנדיקע קרענק. זי קאָן ברענגען צו גרויסע צרות; ניט קלענער ווי "פֿויגל־גריפּע". גענוג צו דערמאָנען דעם טראַגישן גלײַכגילט, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. גאַנץ אייראָפּע, אַמעריקע האָבן גלײַכגילטיק געקוקט און געשוויגן, ווען די דײַטשישע נאַציס האָבן אויסגעהרגעט מיליאָנען ייִדן אויף אַ פּעדאַנטיש־סאָפֿיסטיקירטן אופֿן.
דער ייִדישער גלײַכגילט האָט דערפֿירט ייִדיש און די ייִדישע קולטור צו אַ טרויערדיקן מצבֿ. וועגן אַזאַ נאַציאָנאַלן גלײַכגילט פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ האָט דער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין געשריבן אַזוי: "זיי לערנען אַלע זיבעציק לשונות, אַלע וויסנשאַפֿטן, אַלע 'זען’־בודיזמען און אַלע סאַנסקריט־דיאַלעקטן, זיי שאַרפֿן זייערע מוחות אויף אַלע שטרויכלשטיינער פֿון דער וועלט. נאָר פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס איז דער קענטיקסטער און אָנגעהעריקסטער טייל פֿון דער ייִדישער גײַסטיקייט, האָבן זיי ניט די מינדסטע נײַגעריקייט און אינטערעס."
אַקעגן וואָס האָבן מיר זיך דאָ צעגאָסן מיט אַ ביסל מוסר־השׂכּל?
לייענט גוט איבער דעם "אָפֿענעם בריוו" פֿון חנה לאַנגמאַן. אירע מעשׂים לטובֿת ייִדיש, איז אַ גוטע וואַקצין קעגן גלײַכגילט אויפֿן פֿעלד פֿון דער ייִדישער גײַסטיקייט.