Click on the picture to listen the media clip
צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום
‫מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש

מעלה־גירהט[*] דער אָקס און בײַ זיך ער טראַכט:
ווי גוט אַזוי קײַען ביז מאָרגן פֿאַרנאַכט.

פֿון באָריס סאַנדלער

ייִדישע וויצלינגער: הערשעלע אָסטראָפּאָלער

צוליב אַ שטיקעלע פֿלייש

הערשעלע אָסטראָפּאָלער איז אַרײַנגעגאַנגען אין רעסטאָראַן און געהייסן זיך ברענגען עסן. דער קעלנער האָט אים געבראַכט אַ קליין שטיקעלע געבראָטנס.

הערשעלע האָט אַ קוק געטאָן אויף דער קליינער פּאָרציע און האָט זיך צעוויינט מיט ביטערע טרערן.

דער קעלנער האָט זיך דערשראָקן און זיך אָנגערופֿן צו אים:

— וואָס וויינט איר, פֿעטער? וואָס איז געשען?

— אוי, ווי אַזוי זאָל מען ניט וויינען, — ענטפֿערט הערשעלע, — אַז צוליב אַזאַ קליין שטיקעלע פֿלייש, האָט מען געקוילעט אַזאַ גרויסן אָקס.

אַ בריוו פֿון דער מומע סאָסיע

הערשעלע האָט באַקומען אַ בריוו פֿון אַמעריקע. לייענט ער און כאַפּט זיך פֿאַרן קאָפּ:

— אוי, שׂרה, — שרײַט ער אויס צו זײַן ווײַב, — אַן אומגליק איז געשען. די מומע סאָסיע פֿון אַמעריקע איז, נעבעך, געשטאָרבן.

— וואָס זאָגסטו? אַזאַ אומגליק! — האָט דאָס ווײַב זיך צעוויינט, — אַזאַ גוטע, אַזאַ גאָלדענע, אַזאַ פֿרומע, אַזאַ גוטהאַרציקע...

— שאַ, שרײַ ניט אַזוי, — האָט הערשעלע זי באַרויִקט, — די מומע סאָסיע האָט אונדז פֿאַרשריבן אין דער צוואה צוויי טויזנט דאָלאַר...

— אוי, געזונט און שטאַרק זאָל זי זײַן, דײַן מומע סאָסיע! — האָט זיך דערפֿרייט הערשעלעס ווײַב.

גערעדט פֿון היץ

הערשעלע איז שטאַרק קראַנק געוואָרן און מע האָט גערופֿן צו אים אַ דאָקטער.

— דאָקטער, איך בעט אײַך, ראַטעוועט מיך. אויב איר וועט מיך ראַטעווען, וועל איך אײַך געבן הונדערט דאָלאַר פֿון מײַן מומע סאָסיעס ירושה.

דער דאָקטער האָט הערשעלען גוט געהיילט און אים אויסגעהיילט.

— נו, דאַנקען גאָט, איר זײַט געזונט! — האָט אים געזאָגט דער דאָקטער, — גיט מיר די הונדערט דאָלאַר, וואָס איר האָט מיר צוגעזאָגט.

— דאָס האָב איך אײַך צוגעזאָגט, ווײַל איך האָב גערעדט פֿון היץ...

לייען און דערצייל

די מויז און דער שטשור
(אַ משל)

אַרײַנגעלאָפֿן איז די מויז פֿאַרסאָפּעט[*]

און רופֿט זיך אָן צום שטשור: "דו האָסט געהערט, מײַן שאַץ,

די גוטע בשׂורה[*]? מע דערציילט דאָך, אַז די קאַץ

האָט זיך געפּאַקט צום לייב אין זײַנע לאַפּעס —

אַ סוף, אַן עק צו אונדזער פּלאָג!"

"האָב צײַט, מײַן פֿרײַנד, צו פֿרייען זיך, ס'איז פּוסטע קלאַנגען

ווי באַלד צו לאַפּעס איז בײַ זיי דערגאַנגען," —

האָט צו דער מויז דער שטשור געזאָגט —

"בין איך דעם לייב שוין גראַדע ניט מקנא[*],

קיין שטאַרקערס פֿון קיין קאַץ איז ניט פֿאַראַנען!"



[1] מעלה־גירהט (מעלה־גירהן) — איבערקײַען דאָס געגעסענע

[2] פֿאַרסאָפּעט — שווער געאָטעמט

[3] בשׂורה (פּסורע) — אָנזאָג, נײַעס

[4] מקנא זײַן — ווילן האָבן יענעמס