אין נאָוועמבער איז אין אַמעריקע דורכגעפֿירט געוואָרן דער יערלעכער ביכער־יאַריד פֿון "ייִדישן בוך". די ערשטע סימפּטאָמען פֿון "אונטערבײַטן די אוצרות" פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף דזשויִשער האָט באַטראַכט אין זײַן נאָטיץ דער גרויסער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין. הײַנט ליגט אַזאַ דזשויִשיזם אינעם קולטורעלן יסוד פֿון דעם וועלטלעכן ייִדנטום אין אַמעריקע. מיר דרוקן ווײַטער (מיט קירצונגען) די נאָטיץ "ייִדישע און ׳דזשויִשדיקע׳ ביכער", אָנגעשריבן אין יאָר 1963.
...אַ מאָל האָבן מיר גענוצט דאָס וואָרט ייִדיש פֿאַר דעם ייִדישן לשון, און מיט דער הסכּמה פֿון די "ליבעראַלע" העברעערס האָבן מיר אויך אויסגעברייטערט דעם באַגריף אויף העברעיִש. מיר האָבן זייער אָפֿט געזאָגט, אַז די צוויי ייִדישע לשונות פֿון אונדזער צײַט זײַנען העברעיִש און ייִדיש. אָבער אַפֿילו די עקסטרעמסטע העברעערס האָבן ניט געקאָנט פּראָטעסטירן, ווען מ’האָט גענומען אין האַנט אַרײַן אַ העברעיִש בוך און עס מיט צערטלעכקייט אָנגערופֿן אַ ייִדיש בוך, אַפֿילו ווען די ביכער זײַנען געווען איבערזעצונגען און געשריבן פֿון ניט־ייִדן.
ווער שמועסט, אַז די מחברים זײַנען געווען ייִדן, איז אַוודאי ניט געווען קיין שום ספֿק, אַז דאָס בוך איז אַ ייִדיש בוך, אויב דער אינהאַלט איז, חלילה, ניט געווען קעגן ייִדישן פֿאָלק. אַפֿילו אַ ייִדיש בוך קעגן דער איינהייט פֿון ייִדישן פֿאָלק, אָדער קעגן ייִדישן נאַציאָנאַלן געדאַנק, אויב ס’איז נאָר געהאַלטן געוואָרן אין די ראַמען פֿון ייִדישע אידעאָלאָגישע קאַמפֿן, איז אויך גערעכנט געוואָרן פֿאַר אַ ייִדיש בוך. ערשט אין די שאַרפֿע קאָמוניסטישע פּאָלעמיקעס קעגן אַלץ, וואָס איז ייִדן הייליק און טײַער, האָט מען געפּרוּווט אויפֿהייבן די פֿראַגע, צי זײַנען ייִדישע אותיות אַליין גענוג צו מאַכן פֿון אַ בוך — אַ ייִדיש בוך[...].
ס’איז געווען אַ טײַערער אײַנפֿאַל און אַן אינספּירירטע נאַציאָנאַלע עקשנות ניט אויפֿצוגעבן די ייִדישע אותיות, וואָס זײַנען געוואָרן דער זיגל פֿון אונדזער אַחדות. די פֿאַרשידענע לאַטײַניזירערס פֿון ייִדישן אַלף־בית, אויף העברעיִש ווי אויף ייִדיש, האָבן קיין מאָל ניט געקראָגן קיין גרויסע אָנהענגערשאַפֿט און זייערע "רעפֿאָרמען" זײַנען אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן.
ווען ס’איז געקומען צו ייִדישע ביכער און זשורנאַלן אין פֿרעמדע לשונות, איז מען אַ צײַט לאַנג אָנגעקומען צו דער קאָמבינאַציע פֿון צוויי ווערטער, מע האָט גערעדט וועגן ענגליש־ייִדיש, פֿראַנצייזיש־ייִדיש, שפּאַניש־ייִדיש; מ’האָט מיט אַ בינדשטריך געוויזן וועגן וואָס פֿאַר אַ ייִדיש ס’רעדט זיך, ווײַל ס’איז נאָך געווען פֿרעמדלעך צו אָנערקענען, אַז אויף פֿרעמדע לשונות קאָנען געשאַפֿן ווערן ייִדישע ווערק.
ביסלעכווײַז האָט מען מיט דער הילף פֿון ענגלישן לשון גענומען אויסברייטערן דעם טערמין — "דזשויִש" און געדעקט דערמיט אונדזער גאַנצע פֿילשפּראַכיקייט. איך אַליין געדענק נאָך, ווי אַזעלכע אויסדרוקן, ווי "דזשויִש בוק", "דזשויִש לענגוויטש" — האָבן געמיינט בלויז אַ ייִדיש בוך אָדער דאָס ייִדישע לשון. מיט אַ מאָל האָבן די ענגליש־ייִדישע שרײַבערס צוגעשאַרט צו זיך דעם "דזשויִש" ביז זיי האָבן אים שוין באַלד אין גאַנצן צוגענומען פֿאַר זיך. ייִדיש האָט מען געלאָזט אַ באַזונדער אַלקערל.
זײַנען מיר שוין, הייסט עס, די שטיפֿקינדער פֿון "דזשויִש". אויב פֿריִער האָט מען אונדז אײַנגערעדט, אַז "דזשויִש" מיינט אונדז אויך, איצט האַלט מען שוין דערבײַ, אַז נאָר אַ "דשויִש בוך" איז אַן אמת ייִדיש בוך. אָבער דער גילגול פֿון וואָרט "דזשויִש", וואָס שליסט אויס אַ ייִדיש בוך, אָדער וואָס טוט אַ טובֿה אַ ייִדש בוך, גיט עס אַ קאַפּיטשקע אָנערקענונג און טיילט עס אויס ווי אַ נײַ־מאָדנעם באַגריף פֿון ייִדיש, וואָס שטייט שוין באַלד מחוץ פֿון דער ברייטער דזשויִשדיקער ציוויליזאַציע, האָט נאָך אַלץ ניט געהאָלפֿן אַרײַנברענגען קלאָרקייט אין דער פֿראַגע, וואָס איז אַזוינס אַ ייִדיש בוך[...].
בײַ מיר האָט איר געפּועלט, אַז ייִדן, וואָס שרײַבן ענגלישע ביכער, און די ביכער זייערע זײַנען גוטע ביכער, אַז זיי געהערן צום שטראָם פֿון דער ענגלישער אָדער אַמעריקאַנער ליטעראַטור, און מע דאַרף זיי ניט אויסמעקן פֿון דער רשימה פֿון ייִדישע ביכער אויף אַנדערע שפּראַכן. אָבער וואָס וועלן מיר טאָן, למשל, מיט אַזאַ שרײַבער ווי פֿיליפּ ראָט, אַ ייִד, וואָס שרײַבט ענגלישע ביכער און באַטראַכט זיך אַליין ניט ווי אַ ייִדישער שרײַבער, כאָשט ער באַשרײַבט ייִדישע אַמעריקאַנער טיפּן און ער מאַכט זיי אויסצודרייען? איז זײַן בוך אַ "דזשויִש" בוך, שוין דערפֿאַר אַליין, ווײַל דער מחבר איז אַ ייִד און ווײַל ער שרײַבט וועגן ייִדן?
אויב אַזוי, מיט וואָס, למשל, איז גאָגאָלס "טאַראַס בולבאַ", וווּ אַ "זשיד" [באַליידנדיקע באַצייכענונג פֿאַר ייִד אין רוסיש] שפּילט אַ גאַנץ וויכטיקע ראָלע, ניט קיין ייִדיש בוך?... גאָגאָל לאַכט אויס דעם ייִדישן העלד, וואָס מאַכט מאָדנע הוויות, אַפֿילו ווען אוקראַיִנער פּאָגראָמשטשיקעס וואַרפֿן אים אין וואַסער אַרײַן, דריגעט קאָמיש מיט די פֿיס... טשאַרלס דיקענס וואָלט זיך געשוווירן — און האָט זיך טאַקע געשוווירן, — אַז ער האָט געקענט אַ ייִד ווי פֿייגין, אַ גנבֿ, אַ לערער פֿון קליינע גנבֿים און אַ "פּאַסער" [דער וואָס באַשטימט אָביעקטן פֿאַר גנבֿה]. מיט וואָס זײַנען גאָגאָל, דיקענס און דער שעקספּיר פֿון שײַלאָק ניט קיין ייִדישע שרײַבערס?
דערפֿאַר איז מען נאָך אַלץ געפּלעפֿט, ווען מע קומט דעפֿינירן וואָס אַזוינס איז אַן אמת ייִדיש בוך, אויב עס איז ניט קיין ייִדיש אָדער העברעיִש בוך. די צרה איז, וואָס די ייִדישע און העברעיִשע ביכער אין אַמעריקע ווערן פֿאַקטיש אין גאַנצן אַרויסגעשטויסן פֿון חשבון; און די ספֿקדיקע "דזשויִשע" ביכער ווערן ברייט צעשטעלט אויף די פּאָליצעס פֿון די ביכער־יאַרידן. דער טראָפּ דאַרף טאַקע פֿאַלן אויפֿן בוך. ס’מוז טאַקע קודם־כּל זײַן אַ גוט בוך, אָבער נאָך דעם ווי מיר ווייסן, אַז ס’איז אַ גוט בוך, דאַרף מען ערשט זען, צי עס קומט פֿון אַ ריינעם ייִדישן קוואַל, אָדער פֿון אַ קוואַל, וואָס דער ייִדישער מחבר לאָזט פֿאַראומרייניקט ווערן און אַרײַנגעשפּיגן אין אים.
פֿון בוך "פּראָסט און פּשוט", ליטעראַרישע עסייען