"ייִדיש פֿאַר אָנפֿאַנגער" (ב)

פֿון ב. אָסטראָווסקי און ש. הורוויץ (זאַלקעס)אַרויסגעגעבן פֿון פֿאַרלאַג "פֿאָלק־שול", 1927
פֿון ב. אָסטראָווסקי און ש. הורוויץ (זאַלקעס)
אַרויסגעגעבן פֿון פֿאַרלאַג "פֿאָלק־שול", 1927

אַ נײַער חבֿר

אין מיטן לערנען איז אין קלאַס אויפֿגעשטאַנען פֿון אָרט איין שילער און האָט געזאָגט צום לערער:

— לערער, אין פֿענצטער קוקט אַרײַן אַ ייִנגעלע!

דער לערער האָט אַ קוק געטאָן אין פֿענצטער, און אין דער זעלביקער רגע האָט זיך באַוויזן דאָס פּנים פֿונעם ייִנגל, וואָס האָט אַרײַנגעקוקט פֿון דרויסן. זייערע אויגן האָבן זיך באַגעגנט, און דעם ייִנגלס פּנים איז גלײַך פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון פֿענצטער.

נאָך דער לעקציע זײַנען די קינדער אַרויס אין הויף זיך שפּילן, און דער לערער מיט זיי. האָבן זיי ווידער דערזען דעם זעלביקן ייִנגל. איצט איז ער שוין געשטאַנען אויף דער גאַס און האָט געקוקט דורך די שפּאַלטן פֿון פּאַרקאַן. ער איז געווען אַ שוואַרץ־חנעוודיקער, מיט געקרײַזלטע האָר, נאָר אין אַלטע קליידער. דער לערער האָט זיך געלאָזט גיין צו אים — דאָס ייִנגל האָט זיך אָפּגעקערט און געוואָלט אַנטלויפֿן. דאַן האָט דער לערער צו אים געזאָגט:

— שרעק זיך ניט ייִנגעלע, קום אַהער! דו לערנסט זיך שוין ערגעץ וווּ?

— ניין! — האָט דאָס ייִנגל שעמעוודיק געענטפֿערט.

— טאַטע־מאַמע האָסטו?

— דער טאַטע איז געשטאָרבן.

— און וואָס טוט די מאַמע?

— מײַן מאַמע דינט אויף אַ שטעלע.

— און דו ווילסט זיך לערנען?

— אַוודאי, אַזוי איז ניט גוט... — האָט דאָס ייִנגל געזאָגט און איז רויט געוואָרן.

— ווי רופֿט מען דיך?

— מאָטעלע.

האָט דער לערער געזאָגט צו אים:

— גיי, מאָטעלע, זאָג דײַן מאַמען, זי זאָל דיר געבן געלט אויף ביכער און העפֿטן, וועסטו קומען זיך לערנען בײַ אונדז.

אויף דעם ייִנגלס פּנים האָט זיך אויף אַ מינוט באַוויזן אַ צופֿרידנקייט, נאָר באַלד האָט ער ווידער די אויגן אַראָפּגעלאָזט צו דער ערד און געזאָגט מיט אַ זיפֿץ:

— אָ, מײַן שוועסטערל איז איצט קראַנק, גיט די מאַמע אויס דאָס גאַנצע פֿאַרדינסט אויף איר. מײַן מאַמע האָט קיין געלט ניט.

— וואָס זאָלן מיר מיט אים טאָן? — האָט דער לערער געפֿרעגט בײַ די שילער, וואָס זײַנען דערבײַ געשטאַנען.

איז צוגעגאַנגען משה, דער גרעסטער תּלמיד, און געזאָגט:

— לערער, מיר וועלן אים קויפֿן ביכער און העפֿטן.

— ס’איז אַ גוטער אײַנפֿאַל, — האָט אײַנגעשטימט דער לערער.

— קינדער! ווער האָט געלט? — האָט משה געפֿרעגט בײַ די חבֿרים.

אַלע קינדער האָבן אָנגעהויבן שטעקן די הענט אין די קעשענעס און געגעבן משהן: ווער אַ סענט, ווער צוויי אָדער מער. דער לערער האָט צונויפֿגעלייגט דאָס געלט און דערלייגט, וואָס עס האָט געפֿעלט. דאָס געלט האָט ער אָפּגעגעבן משהן און אים געזאָגט:

— דו ביסט געפֿאַלן אויף דעם אײַנפֿאַל, טאָ קויף שוין אים ביכער און העפֿטן!

און צום ייִנגל האָט ער זיך געווענדעט:

— קום צו אונדז אַרײַן, מאָטעלע, זײַ אַ גוטער חבֿר און אַ גוטער שילער.

ווי נאָר דאָס ייִנגל איז אַרײַן אין הויף, האָט זיך דערהערט דאָס קלינגען פֿונעם גלאָק.

— גיכער, גיכער, מאָטעלע, — האָבן אים געאײַלט די ייִנגלעך. אַלעמען איז עפּעס געווען גוט אויפֿן האַרצן: זיי האָבן אַלע געפֿילט, אַז זיי האָבן געטאָן אַ גוטע זאַך.

"אַ טריט פֿאַרויס"

פֿון ז. יעפֿרויקין און יודל מאַרקנאָכן ערשטן לייענביכלאַרויסגעגעבן פֿון בילדונגס־אָפּטיילונג פֿון אַרבעטער־רינג, 1953
פֿון ז. יעפֿרויקין און יודל מאַרק
נאָכן ערשטן לייענביכל
אַרויסגעגעבן פֿון בילדונגס־אָפּטיילונג פֿון אַרבעטער־רינג, 1953

באָבעניו

— זינג אונדז עפּעס באָבעניו,

זינג אונדז עפּעס, קרוין!

— איך האָב אײַך אַלע לידעלעך

אויסגעזונגען שוין!

— ניין, ניט אַלע, באָבעניו,

טו אונדז נאָך צוליב!

וועלן מיר דיך, באָבעניו,

האָבן זייער ליב!

באָבע דערציילט מיר אַ מעשׂה

— באָבע, דערצייל מיר אַ מעשׂה!

— גוט, מײַן אייניקל, איך וועל דיר דערציילן: אַמאָל איז געווען אַ קליין פֿייגעלע. האָט עס געהאַט שיינע רויטע שיכעלעך...

— באָבע, ווי קען עס זײַן? האָט דען אַ פֿייגעלע שיכעלעך?

— ביסט גערעכט מײַן אייניקל. איך וועל אָנהייבן פֿון דאָס נײַ: אַמאָל איז געווען אַ פֿייגעלע. האָט עס געטראָגן אַ שיין, רויט קליידעלע...

— באָבע, טראָגט דען אַ פֿייגעלע אַ קליידעלע?

— ביסט גערעכט מײַן אייניקל. איך וועל אָנהייבן פֿון דאָס נײַ: אַמאָל איז געווען אַ פֿייגעלע, האָט עס געהאַט שיינע ווײַסע ציינדעלעך...

— באָבע, האָסטו אַ מאָל געזען בײַ אַ פֿייגעלע ציינדעלעך?

— ביסט גערעכט מײַן אייניקל. איך וועל אָנהייבן נאָך אַ מאָל פֿון דאָס נײַ: אַמאָל איז געווען אַ פֿייגעלע, האָט עס געהאַלטן אין איין רעדן און רעדן...

— באָבע, אַ פֿייגעלע זינגט, אָבער אַ פֿייגעלע רעדט דאָך ניט.

— ביסט ניט גערעכט, מײַן אייניקל, איך האָב אַ פֿייגעלע מיט רויטע שיכעלעך, מיט אַ בלוי קליידעלע און מיט ווײַסע ציינדעלעך, און זי לאָזט ניט דערציילט אַ מעשׂה.

— גערעכט, באָבע, גערעכט! איך הייס דאָך פֿייגעלע!