מיט דרײַ יאָר צוריק, אין אַפּריל 2008, האָט מען אין יאַפּאַן אַרעסטירט דרײַ סאַטמאַרער חסידים פֿון ישׂראל. די יונגע ישיבֿה-בחורים האָט מען פֿאַרהאַלטן אין עראָפּאָרט, ווײַל זיי האָבן געפֿירט וואַליזעס מיט "עקסטאַזי"-פּילן אויף עטלעכע מיליאָן דאָלאַר. די יונגע לײַט האָבן פֿון סאַמע אָנהייב געטענהט, אַז זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט וועגן די נאַרקאָטיקן אין זייער באַגאַזש. מיט אַנדערע ווערטער, זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט ניט ווי פֿאַרברעכער, נאָר ווי טיפּשים. דער "גוטער פֿרײַנד", וועלכער האָט זיי אַזוי אונטערגעשטעלט, איז אַרעסטירט געוואָרן אין ישׂראל.
אין יאַפּאַן האָט מען די אַרעסטירטע ייִדן פֿון דעסטוועגן באַשולדיקט ווי שמוגלער פֿון נאַרקאָטיקן. דער ייִנגערער פֿון זיי, יוסף באָנדאָ, האָט באַקומען פֿינף יאָר תּפֿיסה. שפּעטער האָט מען אים אַריבערגעפֿירט קיין ישׂראל, ער זאָל דאָרטן אָפּריכטן זײַנע תּפֿיסה-יאָרן. אָבער הײַיאָר איז באָנדאָ אַרויס אויף דער פֿרײַ — אַזאַ באַשלוס איז אָנגענומען געוואָרן אין ישׂראל, כאָטש מע האַלט, אַז דאָס קען מאַכן ערגער דעם מצבֿ פֿון די צוויי אַנדערע חסידים, וועלכע בלײַבן נאָך אַלץ אין די יאַפּאַנישע תּפֿיסות.
אַזאַ זאַך קומט פֿאָר ניט צום ערשטן מאָל. אין 1999 האָט מען אַרעסטירט עטלעכע יונגע חסידים, וועלכע האָבן טראַנספּאָרטירט "עקסטאַזי", וואָס מע האָט אויסגעאַרבעט אין אַמסטערדאַם. די דרײַ אַרעסטירטע אין יאַפּאַן זײַנען אַהין אויך געפֿאָרן דורך אַמסטערדאַם, וווּ מע האָט זיי געגעבן די וואַליזעס.
דערווײַל האָט די גאַנצע געשיכטע אויפֿגערודערט די חסידישע וועלט. אייניקע קאָפּמענטשן, מישטיינס געזאָגט, האָבן זיך אַפֿילו דערטראַכט ביז פֿאַרטײַטשן די אַנומלטיקע ערדציטערניש, און אויך די צונאַמי, ווי גאָטס שטראָף פֿאַר פֿאַרמישפּטן די יונגע חסידים.
קליגער האָט זיך אָפּגערופֿן די שאַפֿערישע חרדישע סבֿיבֿה. מע האָט געשאַפֿן אַ ליד מיט ווערטער:
טאַטע, טאַטע!
ברענג אַהיים די ווײַטע!
כּלל-ישׂראל וועט נישט שווײַגן
ווי לאַנג עס וועט זיך צום גוטס בייגן.
אַ פֿרישער נומער "אויפֿן שוועל"
דער ווינטער-פֿרילינג-נומער פֿון דעם זשורנאַל "אויפֿן שוועל", וואָס גייט אַרויס אין ניו-יאָרק זינט 1941, איז געווידמעט, דער עיקר, שלום-עליכמען. דער נומער איז זייער אַ געראָטענער — און אַן אַנטפּלעקנדיקער, אין פֿאַרשיידענע זינען פֿון וואָרט. למשל, שבֿע צוקער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם זשורנאַל, שרײַבט וועגן דעם מצבֿ, צו וועלכן מע איז דערגאַנגען אין אַמעריקע אין שײַכות מיט קענען (פּינקטלעכער — ניט קענען) די ייִדישע ליטעראַטור:
"...לערערס אין ייִדישע שולן ווייסן ניט ווער עס איז שלום-עליכם אָדער קענען אים ניט גענוג גוט..." און "...ווען ניט דער מיוזיקל 'פֿידלער אויפֿן דאַך’ וואָלטן ס’רובֿ ייִדן קיין מאָל ניט געהאַט געהערט פֿון שלום-עליכמען."
אין דעם פֿרישן נומער פֿון דעם זשורנאַל זײַנען פֿאָרגעשטעלט מחברים (קודם-כּל, געלערנטע), וואָס געהערן צו פֿאַרשיידענע דורות: פֿון דעם ברייט-באַקאַנטן ליטעראַטור-קענען דן מירון ביז דער גראַדויִר-סטודענטקע סאַשע האָפֿמאַן. און די גאַמע פֿון אַרומגערעדטע טעמעס איז אויך אַ ברייטע און גאָר ניט קיין אויסגעדראָשענע.
זייער אינטערעסאַנט איז דער אַרטיקל פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿאָרשער בער (באָריס) קאָטלערמאַן. ער דערציילט וועגן "דער לעצטער ליבע" פֿון דעם ייִדישן קלאַסיקער, דהײַנו: קינאָ. ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט שלום-עליכם געפֿירט אונטערהאַנדלונגען וועגן עקראַניזירן זײַנע ווערק. צו קינאָ האָט אים געצויגן סײַ די עקזאָטישקייט פֿון דעם נײַעם קונסט-זשאַנער, סײַ די האָפֿענונג צו פֿאַרדינען געלט, בפֿרט נאָך אַז ער האָט זיך שטאַרק גענייטיקט אין פּרנסה. דער סוף איז געווען, אַז שלום-עלים האָט אַרײַנגעלייגט אַ סך מי אין קינעמאַטאָגראַפֿישע פּראָיעקטן, אָבער קיין רעזולטאַט איז פֿון די אַלע באַמיִונגען ניט אַרויס. פֿילמען, באַזירט אויף זײַנע ווערק, האָט מען אָנגעהויבן פּראָדוצירן שוין נאָך זײַן טויט.
מער פּרטים וועגן דעם זשורנאַל "אויפֿן שוועל" זען:
http://www.leagueforyiddish.org/ishi.html
פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש
דעם 7טן אַפּריל איז דער פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש געוואָרן 75 יאָר אַלט. די ערשטע פֿינף-און-צוואַנציק יאָר פֿון זײַן לעבן זײַנען געווען ענג פֿאַרבונדן מיט בוקאָווינע, קודם-כּל מיט דער שטאָט טשערנאָוויץ, וווּ ער האָט באַקומען זײַן בילדונג. אין יאָר 1958 האָט ער דאָרטן פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט און אין משך פֿון צוויי יאָר געאַרבעט ווי אַ לערער אין אַ בוקאָווינער דאָרף. דערווײַל אָבער האָבן זיך אָנגעהויבן באַווײַזן זײַנע אַרטיקלען אין מאָסקווער אַקאַדעמישע זשורנאַלן, און אין יאָר 1961 הייבט זיך אָן דאָס מאָסקווער זײַטל אין זײַן ביאָגראַפֿיע.
אין משך פֿון צען יאָר, 1961—1971, האָט מאָסקאָוויטש דורכגעמאַכט אַ וועג פֿון אַ גראַדויִר-סטודענט ("אַספּיראַנט") בײַם מאָסקווער אינסטיטוט פֿון אויסלענדישע שפּראַכן ביז אַן אָנערקענטן שפּראַך-קענער מיט צוויי פֿאַרטיידיקטע דיסערטאַציעס: אין 1965 — אַ קאַנדידאַטן-דיסערטאַציע (אַזוי הייסט אין רוסלאַנד דער "ערשטער דאָקטאָראַט"), און אין 1971 — אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע. די פֿאָרשונג, מיט וועלכער ער האָט זיך באַשעפֿטיקט אין יענער צײַט, איז געווען געווידמעט, דער עיקר, פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען פֿון קאָמפּיוטער-לינגוויסטיק.
קיין ישׂראל איז מאָסקאָוויטש אָנגעקומען, ווי אַן עולה, אין אָקטאָבער 1974. אין די יאָרן 1975—1976 האָט ער געאַרבעט אין דעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, זינט 1976 — אין דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, וווּ ער איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר אין 1979.
הגם זײַנע פּראָפֿעסיאָנעלע אינטערעסן זײַנען תּמיד געווען פֿאַרבונדן, דער עיקר, מיט פֿאָרשונגען אין סלאַוויסטיק, האָט פּראָפֿעסאָר מאָסקאָוויטש אויפֿגעטאָן זייער אַ סך אויך אין הילכות ייִדיש, סײַ ווי אַ געלערנטער און סײַ ווי אַ כּלל-טוער. ניט צופֿעליק איז ער איז 1998 געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿון "וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור". צו יענער צײַט האָבן זיך פֿון דעם "וועלטראַט" שוין אין גאַנצן אויסגעוועפּט די פֿונקציעס פֿון אַ קאַלט-מלחמהדיקער אָרגאַניזאַציע און זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט פֿאַרשיידענע תּכלותדיקע ענינים.
פּראָפֿעסאָר מאָסקאָוויטש האָט געשפּילט איינע פֿון די צענטראַלע ראָלעס בײַם אָרגאַניזירן אין 2008 אַן אינטערנאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר, וואָס האָט אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דער היסטאָרישער טשערנאָוויצער ייִדיש-קאָנפֿערענץ. אין זײַן אַרויסטרעטונג האָט ער איבערפֿראַזירט די שורות פֿון דעם סאָוועטיש-רוסישן דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי: "ייִדיש האָט געלעבט, ייִדיש לעבט, ייִדיש וועט לעבן!"
ניט לאַנג צוריק איז אַרויס דער 22סטער באַנד פֿון Jews and Slavs, אַן אַקאַדעמישער אַלמאַנאַך אונטער וואָלף מאָסקאָוויטשעס השגחה. די דאָזיקע זאַמלונג איז געווידמעט די מאַטעריאַלן פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 2008.
אַ ייִשובֿ וואָס שטעלט סטאַטיסטישע רעקאָרדן
אין דער געגנט פֿון ניו-יאָרק עקזיסטירט שוין אַריבער 30 יאָר אַ מין שטעטל. הייסט עס קרית-יואל — עס טראָגט דעם נאָמען פֿון דעם סאַטמאַרער רבי יואל טייטלבוים, וואָס האָט מיט אַ פּאָר יאָר פֿאַר זײַן פּטירה געפֿונען אַן אָרט פֿאַר אַן ייִשובֿ, וווּ זײַנע חסידים וואָלטן געקענט זיך באַזעצן. ווען דער רבי איז געשטאָרבן אין יאָר 1979, איז זײַן קבֿר געווען דער ערשטער אויפֿן קרית-יואלער בית-עולם.
הײַנט שרײַבט מען אַ סך וועגן קרית-יואל, וווּ עס וווינען אַריבער 20 טויזנט נפֿשות, דער עיקר, ייִדיש-רעדנדיקע. זשורנאַליסטן האָבן זיך צוגעכאַפּט צו דער טעמע, ווײַל סטאַטיסטיש וואַרפֿט זיך דאָס דאָזיקע שטעטל אין די אויגן. ערשטנס, איז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ניטאָ קיין אַנדער ייִשובֿ מיט אַזאַ יונגער באַפֿעלקערונג. צווייטנס, זעט עס אויס זייער אָרעם.
וואָס שייך דעם ערשטן אינדעקס, איז דער מצבֿ קלאָר, ווי דער טאָג. די פֿרוכפּערדיקייט פֿון דעם קרית-יואלער עולם רופֿט ניט אַרויס קיין ספֿקות. משפּחות האָבן אַ סך קינדער. אָבער וואָס שייך דער אָרעמקייט, האָט מען יאָ פֿראַגעס — צי דאָס בילד איז ראַיעל, אָדער דער דלות איז אַ כּלומרשטער און האָט צו טאָן מיט אַ קרומען חשבון?