די "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע" טיילט אויס סטיפּענדיעס פֿאַר אַקטיוויטעטן וואָס שטיצן גערעכטיקייט, דאָס ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע לעבן און די ייִדישע שפּראַך און קולטור.
אַלע פֿאָרלייגן וועלן באַטראַכט ווערן פֿונעם סטיפּענדיע־קאָמיטעט בײַ דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", אויף אַ קאָנפֿידענציעלן אופֿן. די פֿאָרלייגן מוזן אַרײַנגעשיקט ווערן ביזן 16טן פֿעברואַר 2007. ביזן 30סטן מערץ וועט מען לאָזן וויסן די אַפּליקאַנטן, צי זייער פּראָיעקט איז געשטיצט געוואָרן; די פֿאָנדן וועלן אויסגעטיילט ווערן אין גיכן נאָך דעם.
כּדי זיך צו ווענדן, שטעלט אויס דעם "בשותּפֿותדיקן אַפּליקאַציע־פֿאָרמולאַר פֿאַר דער ניו־יאָרקער און ניו־דזשערזי־געגנט", געגעבן דורך דער "ניו־יאָרקער רעגיאָנאַלער אונטערשטיץ־אַסאָציאַציע". יעדע ווענדונג מוז זײַן אויסגעפֿאַרטיקט און שטימען מיט די פֿאָרלייג־כּללים, כּדי באַטראַכט צו ווערן דורכן קאָמיטעט. דעם פֿאָרמולאַר קען מען געפֿינען בײַ:
http://nyrag.org/usr_doc/ New_York_New_Jersey_Common_application_form_09-30-05.pdf
שיקט צוויי קאָפּיעס פֿונעם פֿאָרלייג מיט דער פּאָסט צו:
Janet Lessin Heiser
Director, Association Affairs
Forward Association
45 East 33 Street
New York, NY 10016
Telephone: 212-889-8200, x401;
Email: Heiser@forward.com