אין דרויסן אויף דער גאַס איז געווען אַ גוואַלדיקער רעש פֿון אַ קאָנוווי משׂא־אויטאָס, טאַנקען און סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געפֿאָרן צו דער נאָענטער מיליטערישער הויפּט־קוואַרטיר. אָבער צוליב די דיקע ווענט און די פֿעסט־פֿאַרריגלטע פֿענצטער, האָט מען אינעווייניק דעם רעש קוים געהערט. אָסאַמאַ איז געשלאָפֿן רויִק אין זײַן בעט, מיטן קאָפּ אײַנגעגראָבן אין אַ גרויסן, פּוכיקן קישן. ער וואָלט אַזוי געבליבן ליגן נאָך עטלעכע שעה, ווען נישט דער ריח פֿון שטאַרקער קאַווע, וואָס האָט אים געקיצלט אין די נאָזלעכער. מיס בין לאַדען איז שוין געווען אונטן, געשטעלט דעם טשײַניק און צוגעגרייט אַ געזונטן פֿרישטיק פֿאַר די בני־בית.
"אָסאַמאַ! שטיי שוין אויף!" האָט זי געשריִען. "כאַלעד דאַרף גיין אײַנקויפֿן, דאַרפֿסטו אים זאָגן וואָס ער זאָל ברענגען פֿון מאַרק".
"אוי, נאַדזשוואַ, ס׳איז פֿרײַטיק...", האָט ער שטיל געמורמלט. "דער איינציקער פֿרײַער טאָג..."
אין עסצימער איז די גאַנצע משפּחה שוין געזעסן בײַם טיש. נאַדזשוואַ האָט דערלאַנגט כאַלעדן די ערשטע פּרעזשעניצע, ווײַל ער האָט געדאַרפֿט אַנטלויפֿן.
"עס, עס, ייִנגעלע מײַנס!", האָט זי אַ ביסל אָפּגעלאַכט פֿון אים. כאַלעד איז שוין געווען אַ חתן־בחור פֿון עטלעכע און צוואַנציק און ס’האָט אים פֿאַרדראָסן, ווען מע האָט אים אַזוי גערופֿן.
ווען אָסאַמאַ איז אַרײַנגעקומען, האָבן די קינדער און קרובֿים געמאַכט פֿאַר אים אַ פּלאַץ און געוואַרט צו הערן עפּעס אַ וויכטיק וואָרט. ספּעציעל אין אַ טאָג ווי הײַנט, ווען דער טאַטע האָט אַזאַ הייליקן שמייכל אויף די ליפּן.
"געלויבט צו גאָט!" האָט אָסאַמאַ אויסגערופֿן און אויפֿגעהויבן די הענט. נאָך אַ זופּ קאַווע האָט ער ווײַטער גערעדט: "אַזאַ געשמאַקע קאַווע, פֿון וואַנען קומט עס צו אונדז, נאַדזשוואַ?"
"ס׳איז אַ נײַער סאָרט, ס׳הייסט 'סטאַרבאַקס’".
"אַ מחיה!" אָסאַמאַ האָט אויסגעטרונקען דאָס ערשטע טעפּל און זיך אָנגעגאָסן אַ צווייטס.
אין קיך און אין עסצימער איז די לופֿט שוין געוואָרן הייס. דער לײַבוועכטער, אַכמעד, וואָס איז געזעסן מיט אַ מאַשינביקס בײַ דער טיר, איז אויפֿגעשטאַנען און האָט אויפֿגעעפֿנט אַ פֿענצטער. מיט דער פֿרישער לופֿט איז גלײַך אַרײַנגעקומען דער רעש פֿון דרויסן.
"עפּעס טוט זיך דאָ", האָט אַכמעד געזאָגט צו זיך.
"פֿאַרמאַך דאָס פֿענצטער, אַכמעד", האָט נאַדזשוואַ געזאָגט. "איך הער נישט וואָס אָסאַמאַ דערציילט".
אַכמעד איז ווידער צוגעגאַנגען צום פֿענצטער.
"וואַרט!" האָט אָסאַמאַ זיך אָנגערופֿן און אַרויפֿגעקוקט צו דער סטעליע. "איך הער עפּעס".
אַלע אין צימער זײַנען מיט אַ מאָל אַנטשוויגן געוואָרן, געקוקט אויף דער סטעליע, אויף אָסאַמאַ, איינער אויפֿן צווייטן. פֿון דאָרט, פֿון אויבן האָט זיך קוים געהערט אַ מין זשום.
"אַ העליקאָפּטער?" האָט אַכמעד זיך געחידושט.
"צוויי העליקאָפּטערס", האָט אָסאַמאַ פֿאַרפּינקטלעכט.
די משפּחה איז געבליבן זיצן, פֿאַרטײַעט דעם אָטעם, און דאָס זשומען איז געוואָרן אַלץ העכער און נעענטער. יעדער האָט געמאַכט אַ שטילע תּפֿילה, נאָר מיט די אויגן, קיין קלאַנג איז ניט אַרויס.
אָבער אַזוי גיך ווי דאָס זשומען איז העכער געוואָרן, איז ער דערנאָך אויך געוואָרן שטילער.
"די העליקאָפּטערס פֿליִען צו דער הויפּטקוואַרטיר", האָט אַכמעד דערקלערט, אַרויסקוקנדיק פֿון פֿענצטער, — "פּאַקיסטאַנער העליקאָפּטערס. מיליטערישע".
די גאַנצע משפּחה האָט אָפּגעאָטעמט.
"ברוך השם, אַבי אונדזערע", האָט נאַדזשוואַ געלאַכט.
אָסאַמאַ האָט אויך געלאַכט און געגעבן אַ קלאַפּ אין טיש. "ס׳איז דאָ אַ באַשעפֿער אויף דער וועלט!"
און כאַלעד איז אַרויסגעגאַנגען מיט אַ פּרטימדיקער רשימה פֿון זאַכן, וואָס ער האָט געדאַרפֿט קויפֿן אין מאַרק — אַרײַנגערעכנט נאָך אַ פּעקל "סטאַרבאַקס".