צענדליקער נעמען, ייִדישע בתוכם, טראָגן אין זיך די צוויי פֿאַרפֿירערישע אותיות: ch. גיי ווייס, ווי אַזוי דאָס מוז קלינגען אויף ענגליש? היסטאָריש האָט זיך עס גענומען אָפֿט מאָל פֿון דײַטש. אַזאַ נאָמען טראָגן אויך די איצטיקע ליבלינג פֿון די רעכטע אַמעריקאַנער מישעל באַקמאַן (Bachmann), אַ מיטגליד פֿון קאָנגרעס. איר סבֿיבֿה רעדט אַ באַזונדער לשון, וואָס איז גאָר ניט תּמיד צוטריטלעך פֿאַר אַנדערע מענטשן.
לעצטנס, האָט די פֿרוי באַקמאַן געפּלעפֿט אַ סך מענטשן, ייִדן און ניט-ייִדן, מיט איר נוסח פֿון אויסרעדן דאָס וואָרט "חוצפּה", אָדער ריכטיקער chutzpah. עס לאָזט זיך אויס, אַז אויף איר לשון קלינגט עס "טשוצפּאַ".