אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער!
איין מאָל האָט ער געזען, ווי דער רופֿא גיט דעם קראַנקן ריצנאייל. דווקא דאָס האָט ער יאָ פֿאַרשטאַנען. ריצנאייל פֿלעגט ער אויך אײַננעמען, ווען ער האָט געכאַפּט אַן איבעריקן ביסן. אויב אַזוי קאָן ער שוין אויך זײַן אַ רופֿא. צוויי רופֿאים אונטער איין דאַך איז צו פֿיל. טרעפֿט זיך, אַז דער אמתער רופֿא איז פּלוצעם געשטאָרבן. ניט אומזיסט זאָגט מען, אַז אַ שוסטער גייט באָרוועס, און אַ רופֿא שטאַרבט פֿון אַ קרענק.
האָט דער שוסטער איבערגענומען דעם רופֿאס מלאָכה, און האָט אָנגעהויבן היילן קראַנקע. אויב איינער איז צו אים געקומען מיט אַ קאָפּווייטיק, האָט ער אים געהייסן אויסטרינקען אַ גלאָז ריצנאייל. אויב אַ צווייטער איז צו אים געקומען מיט אַ צאָנווייטיק, האָט ער אים געהייסן שווענקען דאָס מויל מיט ריצנאייל. אויב אַ דריטער איז צו אים געקומען מיט אַ צעהאַקטן פֿינגער, האָט ער אים געהייסן דעם פֿינגער האַלטן אין ריצנאייל. "ריצנאייל, — האָט געטענהט דער שוסטער, — איז די בעסטע רפֿואה: עס שטערט קיינעם ניט אָפּרייניקן דעם מאָגן!"
איין מאָל איז קראַנק געוואָרן דעם קייסערס טאָכטער. וואָס איז? זי האָט געקראָגן אַ מכּה אין האַלדז. דעם קייסערס אַ טאָכטער האָט פֿון וואַנען צו קרענקען. די בעסטע דאָקטוירים פֿון דער וועלט האָט מען צונויפֿגערופֿן אין זײַן פּאַלאַץ. עס האָט אָבער ניט דעם קייסער און נאָך מער זײַן טאָכטער — ניט געהאָלפֿן.
אַזאַ נײַעס פֿאַרשפּרייט זיך גיך, אַפֿילו אַז מע לעבט אין אַ קליין שטעטל. איז די נײַעס דערגאַנגען אויך צום שוסטער. און אַז דער שוסטער האָט עס דערהערט, האָט ער גענומען אַ פֿעסל ריצנאייל, מיט זײַן שוסטער־העמערל און זיך אַוועקגעלאָזט אין שטאָט אַרײַן. קומט ער צום קייסערס פּאַלאַץ, גיט אים דער וואַכמאַן בײַם טויער אַ פֿרעג: "וואָס ווילסטו?" זאָגט דער שוסטער: "איך וויל אַרײַנגיין אין פּאַלאַץ". — "וואָס וועסטו דאָרט טאָן?" — "איך וועל אויסהיילן דעם קייסערס טאָכטער". קוקט אים דער וואַכמאַן אָן, קוקט אויף זײַן פֿעסל און פֿרעגט ווידער: "וואָס האָסטו אין דעם פֿעסל?" ענטפֿערט דער שוסטער: "די גרעסטע רפֿואה!" — "אַזוי גאָר? וואָס זשע איז די רפֿואה?" — גיט דער שוסטער אַ טרייסל מיט זײַן בערדל: "אַז כ'וועל דיר זאָגן וואָס, וועסטו דאָך אַליין קאָנען אויסהיילן דעם קייסערס טאָכטער".
הייבן זיי זיך אָן אַמפּערן. ס'איז שווער צו זאָגן ווי לאַנג זיי וואָלטן זיך געאַמפּערט, ווען עס קומט צום טויער ניט צו דער קייסער אַליין. "וואָס קומט דאָ פֿאָר?" — פֿרעגט דער קייסער. ענטפֿערט אים דער וואַכמאַן: אַזוי און אַזוי, אַז דער ייִד איז געקומען מיט אַ פֿעסל און טענהט, אַז ער קען אויסהיילן דעם קייסערס טאָכטער.
צו יענער צײַט האָט דער קייסער זיך שוין אין גאַנצן מיאש געווען. אַ קוק געטאָן אויף דעם ייִד, האָט ער געטראַכט צו זיך: "וואָס פֿאַרליר איך, סײַ ווי סײַ קאָנען ניט די בעסטע דאָקטוירים זיך אַן עצה געבן, זאָל דער ייִד פּרוּוון". אויף אַ קול האָט ער אָבער געזאָגט: "הער אויס, ברודערקע ייִד, אויב דו וועסט ניט אויסהיילן מײַן טאָכטער, וועל איך הייסן מע זאָל דיר אָפּהאַקן דעם קאָפּ!" — "און אויב איך וועל זי יאָ אויסהיילן?" — פֿרעגט דער שוסטער. "וועסטו מיט מײַן טאָכטער חתונה האָבן!" האָט דער שוסטער אַ טראַכט געטאָן: "פֿון צוויי צרות קלײַבט מען אויס די קלענערע צרה" — און זיך געלאָזט גיין נאָכן קייסער.
דער שוסטער קומט אַרײַן צום קייסערס טאָכטער אין צימער, ער גיט אַ קוק, זי ליגט, נעבעך, אויפֿן בעט, אַרומגעלייגט מיט קישעלעך, דער האַלדז אַרומגעבונדן און קוים, קוים וואָס זי אָטעמט שוין. נעמט ער אַראָפּ דאָס פֿעסל ריצנאייל פֿונעם אַקסל, נעמט דאָס העמערל און וויל עס אויפֿעפֿענען. איז ער אָבער אַ שוסטער, ניט קיין באָנדער, גיט ער אַ האַק און טרעפֿט ניט אין רייף, נאָר אין אַ ברעטל. דאָס ברעטל פּלאַצט און דאָס ריצנאייל פֿליסט אַרויס גלײַך אויפֿן מאַרמאָר־דיל.
דער שוסטער האָט גראָד געטראָגן שטיוול מיט פּאָדקעוועס, האָט ער זיך געגעבן אַ גליטש אויס, געפֿאַלן מיטן פּנים אַראָפּ און מיט זײַן בערדל צעשמירט דאָס ריצנאייל איבערן דיל. דעם קייסערס טאָכטער האָט עס דערזען, האָט זי זיך זייער שטאַרק צעלאַכט. וואָס זשע מיינט איר? ריכטיק, די מכּה אין האַלדז האָט געפּלאַצט און זי איז געזונט געוואָרן.
ס'איז געוואָרן אַ גדולה, אַ שׂימחה אין דעם פּאַלאַץ. אין סאַמע ברען גייט דער קייסער צו צום שוסטער און זאָגט אים: "דו האָסט אויסגעהיילט מײַן טאָכטער, און אַ וואָרט בלײַבט אַ וואָרט! נעם זי דיר פֿאַר אַ ווײַב, און אַ האַלבע מדינה פֿאַר אַ מתּנה!"
ענטפֿערט אים דער שוסטער: "צו גרויס איז דער כּבֿוד, אַז אַ פּשוטער שוסטער און אַ שטיקל רופֿא זאָל נעמען דעם קייסערס טאָכטער פֿאַר אַ ווײַב. ס'איז מיר גענוג, וואָס מײַן קאָפּ איז געבליבן אויף די אַקסלען. לאָז מיך גיין צוריק אין מײַן שטעטל און פֿאַרריכטן ווײַטער שיך; און טאָמער וועסטו נאָך אַ מאָל זיך נייטיקן אין אַ רופֿא, גיב מיר צו וויסן, ריצנאייל איז בײַ מיר שטענדיק דאָ!"