קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

שיכעלעך

אָטאָ, אָטאָ איז אַ באַרג,
אָטאָ אָטאָ איז אַ טאָל,
זיצט אַ שוסטער אויפֿן באַרג,
מיט אַ האַמער, מיט אַן אָל.
שטעכט דער שוסטער רעכטס און לינקס,
רעכטס און לינקס און זייער גיך
מיטן האַמער, מיטן אָל,
וואַקסן אויס צוויי קליינע שיך.
זאָגט דער שוסטער:
— שיכלעך גייט!
גייען שיכעלעך אַוועק
וווּ די וועלט האָט נאָר אַן עק.
גייען שיכעלעך אַרום,
וווּ דער שוסטער שיקט זיי אום.
ברענגען ברויט
און ברענגען זאַלץ
פֿאַרן שוסטער ברענגען אַלץ.
איין מאָל נעמען שיכלעך גיין,
בײַ אַ טויער בלײַבן שטיין.
קלאַפּט דאָס רעכטע שיכל: איינס,
קלאַפּט דאָס לינקע שיכל: צוויי,
עפֿנט זיך אַ טיר פֿאַר זיי.
זיצט זיך דאָרטן אַ קליין קינד,
באָרוועס, נאַקעט, וויי און ווינד.
דאָרטן בלײַבן שיכלעך שטיין
ווילן ערגעץ מער ניט גייט.
און דער שוסטער אויפֿן באַרג
וואַרט און וואַרט,
וואַרט און וואַרט...




א. לוצקי

פֿרייד פֿון אַ פֿליג

אין אַ טײַכל ליגט אַ פֿליג
מיט די פֿליגעלעך אַראָפּ,
מיט די פֿיסעלעך אַרויף,
— אַ לעבעדיקער מת.

זעט די פֿליג אַ גרויסע וועלט,
נאָר בײַ וואָס זיך אָנצוכאַפּן — פֿעלט.
סײַדן דורך אַ נס.

איבער איר איז סטעליע־הימל,
בעט דאָס פֿליגעלע און שרײַט.
איז דער הימל אָבער — ווײַט.

פֿליִען פֿליגעלעך אַרום,
און זיי זשומען: זשום־זשום־זשום!
נאָר צו אירע תּפֿילות —
זײַנען אַלע פֿליגן שטום.

קומט אַ ווינט און קערט זי איבער,
פֿליט דאָס פֿליגעלע שוין ווידער,
און זי פֿרייט זיך אָן אַ שיעור,
ווי נאָך קיין מאָל ניט אַפֿריִער.

אַ קעצעלע

ווײַז אַ קעצל מילך —
שווײַגט דאָס קעצעלע און קוקט:
"זע, מענטש, איך וואַרט,
איך וויל ניט ווערן אָפּגענאַרט.
אויב עס איז דיר טײַער מײַן געביין —
לאָז דעם טעלער שטיין.
קאָנסט זיך גיין.
הנאָה האָבן וועל איך שוין אַליין."