April , 2011
וויצן פֿון דעם "יאָרבוך און אַלמאַנאַך פֿון 'פֿאָרווערטס'" (1902)
בעטלער:
שענקט מיר עפּעס, זײַט אַזוי גוט!
פֿאַרבײַגייער:
אַזאַ געזונטן מאַנצביל ווי דו גיב איך ניט.
בעטלער:
וואָס זשע האָט איר געוואָלט, אַז צוליב אײַער נדבֿה זאָל איך ווערן אַ קאַליקע?
* * *
וואָס טוסטו, אַז דו פֿאַרקילסט זיך?
איך הוסט.