סוף זומער 1961 האָט זיך געביטן די גאַנצע מאַפּע פֿון דעם ייִדישן געדרוקטן וואָרט, כאָטש פֿאַרבונדן איז עס געווען נאָר מיט איין נײַער אויסגאַבע — דער מאָסקווער ליטעראַרישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". דער דאָזיקער זשורנאַל האָט געבראַכט נײַע ווינטן, און אין קורצן אויך שטורעמס, אין דער ייִדישער וועלט.
קודם-כּל, האָבן צענדליקער סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער באַקומען אַ טריבונע פֿאַר זייערע ווערק. זינט די שפּעטע 1940ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע רעגירונג האָט ליקווידירט די גאַנצע אינפֿראַ-סטרוקטור פֿון ייִדישן קולטור-לעבן, איז קיין שום מעגלעכקייט ניט פֿאַרבליבן זיך צו דרוקן אויף ייִדיש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. צווישן די שרײַבער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס, זײַנען געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן זיך ניט געשראָקן צו שיקן זייערע ווערק אין אויסלענדישע קאָמוניסטישע צײַטשריפֿטן, דער עיקר, קיין וואַרשע. אָבער ס’רובֿ שרײַבער האָבן עס ניט געטאָן. אייניקע האָבן אַפֿילו געפּרוּווט צו שרײַבן אויף אַן אַנדער שפּראַך — רוסיש, אוקראַיִניש וכ’.
צו יענער צײַט האָבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געוווינט צענדליקער פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע שרײַבער. די עלטסטע פֿון זיי האָבן אָנגעהויבן זייער שאַפֿערישע טעטיקייט נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה. אָבער דער גרעסטער טייל שרײַבער זײַנען שאַפֿעריש און אידעאָלאָגיש אויסגעוואַקסן שוין אין די סאָוועטישע צײַטן. עס זײַנען אויך געווען ניט ווייניק דיכטער, פּראָזאַיִקער און ליטעראַטור-קריטיקער, וועלכע זײַנען געוואָרן סאָוועטישע בירגער ערשט אין די יאָרן 1939 און 1940. דעמאָלט זײַנען געוויסע טעריטאָריעס פֿון פּוילן, רומעניע צי די באַלטישע לענדער, וווּ זיי האָבן געוווינט, אַרײַנגעפֿאַלן אונטערן סאָוועטישן קאָנטראָל. צום גרינדן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט די רעדאַקציע געהאַט אַ רשימה פֿון אַ מאה מחברים, וועלכע האָבן זיך אָפּגערופֿן צו שרײַבן פֿאַרן נײַעם זשורנאַל.
די גרינדונג פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" איז ניט פֿאַרבליבן אומבאַמערקט מצד די אידעאָלאָגישע טוער פֿון דער קאַלטער מלחמה. דער באַשלוס אַליין צו שאַפֿן דעם זשורנאַל איז דאָך געווען אַן אידעאָלאָגישער — צו ווײַזן דער וועלט, אַז די סאָוועטישע רעגירונג איז ניט געווען אַנטיסעמיטיש געשטימט. דערצו האָט מען אין די הויכע פֿענצטער פֿון סאַמע אָנהייב אָן פֿאָרויסגעזען ריין-אידעאָלאָגישע פֿונקציעס פֿאַר דעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל. בפֿרט נאָך, אַז אַלע סאָוועטישע צײַטשריפֿטן האָבן תּמיד אויסגעפֿילט אינסטרוקציעס פֿון סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן. קיין אומאָפּהענגיקע פּרעסע איז דאָך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ניט געווען.
דאָס אידעאָלאָגישע שליחות פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געוואָרן באַזונדערס אָנזעעוודיק נאָך דער זעקס-טאָגיקער מלחמה אין יאָר 1967. דעמאָלט האָט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, און די אַנטי-ציוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט דורכגעזאַפּט די סאָוועטישע מעדיאַ. קיין חידוש ניט, אַז דער ייִדישער זשורנאַל האָט געמוזט שפּילן זײַן ראָלע אין דער גרויסער אידעאָלאָגישער שפּיל. וועגן דער דאָזיקער אידעאָלאָגישער ראָלע דערציילט, למשל, אַ קאַפּיטל אין דעם אַקאַדעמישן באַנד Rebels Against Zion ("מורדים קעגן ציון"), וואָס איז נאָר וואָס אַרויס אין וואַרשע אונטער דער רעדאַקציע פֿון אויגוסט גראַבסקי.
די ביטערע, און אָפֿט מאָל מיאוסע, קריטיק פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק האָט אָפּגעסמט די באַציִונגען צווישן "סאָוועטיש היימלאַנד" און טויזנטער ייִדן, סײַ סאָוועטישע סײַ אויסלענדישע. דער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל, אַהרן ווערגעליס, האָט באַקומען אַ שלעכטן שם. ער האָט מיט זיך פֿאַרקערפּערט די צבֿועקישע סאָוועטישע פּאָליטיק לגבי ישׂראל און ייִדן. בינו־לבינו, איז צוליב אידעאָלאָגישע, ווי אויך דעמאָגראַפֿישע, גורמים געפֿאַלן די צאָל אַבאָנעמענטן. פֿון דעסטוועגן האָט דער זשורנאַל דערלעבט ביזן סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.
אין די יאָרן 1993—1997 האָט "סאָוועטיש היימלאַנד" געהאַט אַ מין "נאָך-לעבן", וואָס איז געוואָרן מעגלעך אַ דאַנק דער שטיצע מצד זײַנע געוועזענע אידעאָלאָגישע קעגנער, אַרײַנגערעכנט די "פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע". מע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז קיין אַנדער וועג צו שטיצן די רעשטלעך פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה איז ניט געווען. כּדי צופּאַסן זיך צו דער נײַער רעאַלקייט (און נײַע שטיצער), האָט דער זשורנאַל געביטן זײַן נאָמען אויף "די ייִדישע גאַס". אַהרן ווערגעליס (1918—1999) איז פֿאַרבליבן זײַן רעדאַקטאָר.
ניט געקוקט אויף דער שווערער אידעאָלאָגישער משׂא, וועלכע עס האָט געשלעפּט אויף זיך דער מאָסקווער זשורנאַל, האָט ער ממשותדיק באַרײַכערט די מאָדערנע ייִדישע קולטור מיט נײַע ראָמאַנען, דערציילונגען, לידער, עסייען, אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, איבערזעצונגען און לערן-מאַטעריאַלן.
קיין ערנסטער פֿאָרשער פֿון ייִדישן לעבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד קען זיך ניט באַגיין אָן דעם זשורנאַל.