פֿון דעם בוך "פֿריילעכקייטן" (1944), צונויפֿגעשטעלט דורך דעם ניו-יאָרקער ייִדישן שרײַבער און זשורנאַליסט לאַזאַרוס מאָנפֿריד (1885—1955)


אַ גרויסע ייִדישע שׂימחה

אין אַ פּויליש שטעטל האָט מען געפֿונען אַ געהרגעטע פֿרוי אַרום פּורים צײַט. די אַנטיסעמיטישע העצער האָבן גלײַך געמאַכט דערפֿון אַ בלוט-בילבול און פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז ייִדן האָבן זי געהרגעט צו האָבן בלוט אויף פּסח. די ייִדן האָבן זיך געריכט אויף אַ פּאָגראָם און זײַנען אַרומגעגאַנגען אין גרויס שרעק.

אַ פּאָר וואָכן שפּעטער, שבת בײַם דאַוונען, איז דער שמשׂ אַרויפֿגעקומען אויף דער בימה, געגעבן אַ פּאַטש אין שולחן, און פֿריילעך אַרויסגערופֿן:

"רבותי, איך האָב אײַך אָנצוזאָגן אַ גוטע בשׂורה: מע האָט אויסגעפֿונען, אַז די געהרגעטע פֿרוי איז, גאָט צו דאַנקען, געווען אַ ייִדישע."

אַ שרײַבער גיט זיך אַן עצה

אַן אַמאַטאָרישער ייִדישער מחבר האָט זיך געזעצט שרײַבן אַ בריוו צו אַ רעדאַקטאָר, וווּ ער לאָזט אים וויסן, אַז ער שיקט אים צוויי אַרטיקלען צום דרוקן. איז ער אָבער ניט געווען זיכער, צי מע דאַרף שרײַבן "אַרטיקלען", "אַרטיקלעך", אָדער "אַרטיקלס". האָט ער באַשלאָסן אַזוי צו שרײַבן:

"איך שיק אײַך דאָ אַן אַרקטיל צו דרוקן און צוזאַמען מיט דעם אַרטיקל שיק איך אײַך נאָך אַן אַרטיקל."

וואָס איין וואָרט קען אויפֿטאָן

אין אַ בריוו צו אַן אַלטן פֿרײַנד האָט איינער געשריבן, אַז איבער אַ געוויסן וואָרט, וואָס ער האָט געזאָגט זײַן ווײַב, האָט זי זיך פֿאַרברוגזט און רעדט ניט צו אים שוין אַ פּאָר חדשים.

אויף דעם אַנדערן טאָג האָט ער פֿון זײַן פֿרײַנד געקראָגן אַ טעלעגראַפֿישן ענטפֿער, וואָס האָט זיך אַזוי געלייענט:

"האָב רחמנות, לאָז מיר גלײַך וויסן וואָס דאָס איז פֿאַר אַ וואָרט".

ווען מע זיצט אומשולדיק

אַ מאַן איז אָפּגעזעסן צוויי יאָר אין טורמע, און ווען ער איז געקומען אַהיים, האָט ער געפֿונען זײַן ווײַב זיצן שיבֿעה נאָך אַ קינד, וואָס איז איר געבוירן געוואָרן מיט עטלעכע חדשים צוריק. די מעשׂה האָט אים שטאַרק געערגערט, אָבער ער האָט קיין ברירה ניט געהאַט און האָט זיך אויך געזעצט שיבֿעה.

ווען די פֿרײַנד זײַנען אים געקומען מנחם-אָבֿל זײַן און טרייסטן אין זײַן שיבֿעה זיצן, זאָגט ער צו זיי:

"איך וועל אײַך זאָגן דעם אמת. איך בין שוין אין מײַן לעבן געזעסן, הערט איר, פֿאַר פֿאַרשיידענע זאַכן. אַ מאָל שולדיק, אַ מאָל אומשולדיק. אָבער אַזוי אומשולדיק ווי איך זיץ דאָ איצט, ווייסט נאָר איין גאָט אין הימל."