קלאַנגען גייען אַרום, אַז אויף אַן עראָפּלאַן, וואָס איז געפֿלויגן פֿון בודאַפּעשט קיין ישׂראל, האָט מען די פּאַסאַזשירן שטילערהייט געהאָדעוועט מיט טרפֿות. פֿאָרשטייער פֿון "אל-על" טענהן, אַז ס׳איז ניט אמת. אָבער דערווײַל האָט "אל-על" נאָך מער פּראָבלעמען, און פֿאַרבונדן זײַנען זיי מיט שבת.

די אָנפֿירונג פֿון דער קאָמפּאַניע האָט געלאָזט וויסן, אַז אין אייניקע פֿאַלן וועלן אירע עראָפּלאַנען אפֿשר מוזן פֿליִען אום שבת. אַזוי איז שוין געווען אָנהייב דעצעמבער, בשעת דעם שטרײַק אין ישׂראל. דעמאָלט האָט מען עס געטאָן, כּדי וואָס גיכער אַרויסצופֿירן די פּאַסאַזשירן, וועלכע זײַנען געבליבן שטעקן אין "בן-גוריון"־עראָפּאָרט.

ס׳האָט שוין געהאַלטן דערבײַ, אַז די חרדישע וועלט וועט בויקאָטירן די ישׂראלדיקע קאָמפּאַניע. אין די אויגן פֿון דעם פֿרומען עולם קען אַפֿילו די אַמעריקאַנער קאָמפּאַניע "קאָנטינענטאַל" אויסזען כּשרער פֿון "אל-על". אָבער ניט דער עולם, נאָר די דעה-זאָגער פֿון חסידישע און אַנדערע אולטראַ-אָרטאָדאָקסישע קרײַזן וועלן אַרויסטראָגן דעם פּסק-דין.

אויף אייניקע מאַרשרוטן צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צי צווישן ישׂראל און אייראָפּע דערגרייכט דער טייל פֿון חרדישע פּאַסאַזשירן ביז 30 פּראָצענט. אמת, ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז "אל-על" וואָלט אין לעצטן סך-הכּל באַקומען מער רווח דווקא פֿון פֿליִען אויך אום שבת.

אַ סך מענטשן באַטראַכטן "אל-על" ווי אַ מלוכישע קאָמפּאַניע. אין דער אמתן, איז עס שוין אַ פּריוואַט געשעפֿט. די פּריוואַטיזירונג האָט זיך אָנגעהויבן אין יוני 2003, און זי האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט אין יאַנואַר 2005. דעמאָלט האָט זיך בראָש פֿון "אל-על" געשטעלט אַ נײַע פֿאַרוואַלטונג. די הויפּט-ראָלע שפּילט אין איר ישׂראל (איזי) באָראָוויטש. ער און זײַנע שותּפֿים קאָנטראָלירן 40 פּראָצענט פֿון די אַקציעס, און ביז יוני 2007 וועלן זיי קענען קויפֿן נאָך 12 פּראָצענט.

כּשרע עלעקטריע

אין אַ האַלב יאָר אַרום וועט מען אין ישׂראל געניסן פֿון אַן עלעקטריע, וואָס מע וועט קענען אַרײַנלאָזן אין אַ לײַטישער שטוב, אַרײַנגערעכנט פֿרומע שטיבער. אין אייניקע גאָר פֿרומע קרײַזן האַלט מען ניט פֿון דער עלעקטריע, וועלכע מע אַרבעט איצט אויס. פֿאַר וואָס? ווײַל דאָס הייסט צו באַקומען אַ פּראָדוקט פֿון דער אַרבעט, וואָס ייִדן טוען אום שבת.

ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען אין די חרדישע געגנטן געשטעלט שבתדיקע גענעראַטאָרן. זייער זשום איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם שבתדיקן לעבן. אָבער די גענעראַטאָרן האָבן אויך געשאַפֿן פּראָבלעמען פֿאַר דער חרדישער באַפֿעלקערונג. ערשטנס, האָבן שוין עטלעכע מענטשן (דער עיקר, קינדער) באַקומען אַן עלעקטרישן שאָק. צווייטנס, ס׳איז גאָר ניט ביליק. צו נוצן אַ שבתדיקן גענעראַטאָר קאָסט פֿאַר אַ משפּחה ביז 100 דאָלאַר אַ חודש.

האָט מען, סוף-כּל-סוף, געפֿונען אַ פּשרה: צו נעמען אויף דער אַרבעט 150 שבת-גויים. אַ דאַנק זיי, וועט די עלעקטריע ווערן כּשר, און צענדליקער טויזנטער חרדים וועלן קענען אויפֿהערן צו נוצן שבתדיקע גענעראַטאָרן. פֿאַר די פּראָדוצירער פֿון עלעקטריע איז עס אויך אַ גוטער אויסוועג. מע האָפֿט, אַז די כּשר געוואָרענע עלעקטריע וועט ברענגען מער רווח און קאָמפּענסירן די קאָסטן פֿון די נײַע (ניט-ייִדישע) אַרבעטער.

הסכּם מיט קריסטלעכע ייִדן

דער קאָמיקער דזשעקי מייסאָן האָט באַשלאָסן ניט צו מישפּטן די גרופּע "ייִדן פֿאַר קריסטוסן". געשאַפֿן אין די 1970ער יאָרן, האַלטן זיך די מיטגלידער פֿון דער גרופּע פֿאַר ייִדן, אָבער קריסטוסן אָנערקענען זיי ווי משיח.

מייסאָן האָט אויף די "ייִדן פֿאַר קריסטוסן" אָנגעקלאָגט אין געריכט און געפֿאָדערט פֿון זיי צוויי מיליאָן דאָלאַר, מחמת זיי האָבן גענוצט זײַן נאָמען און אימאַזש אין אַ בראָשור פֿון דער אָרגאַניזאַציע. די גרופּע האָט באַשלאָסן, אַז אַ סך ביליקער וועט זײַן אָפּצורופֿן די בראָשור און צו בעטן בײַ מייסאָנען מחילה, איידער צו צאָלן אַזאַ שטראָף.

אויף די טרעפּ פֿון אַ מאַנהעטענער געריכט האָט דער 75־יאָריקער ייִדישער אַקטיאָר געזאָגט: "ס׳איז ניטאָ אַזאַ זאַך ווי אַ ייִד פֿאַר קריסטוסן. ס׳איז דאָס זעלבע ווי צו זאָגן, אַז אַ שוואַרצער מענטש איז אַן אָנהענגער פֿון ׳קו-קלאָקס-קלאַן׳. מע קען ניט זײַן סײַ אַ טיש, סײַ אַ בענקל. אָדער איר זײַט אַ ייִד, אָדער איר זײַט אַ גוי."

אין 1989 האָט מען צו מייסאָנען געהאַט טענות, צוליב זײַן ניצן דאָס וואָרט shvartse, וואָס אַ סך מענטשן האַלטן פֿאַר אַ ראַסיסטישן עפּיטעט. מייסאָן האָט גענוצט דאָס דאָזיקע וואָרט, ווען ער האָט גערעדט וועגן דייוויד דינקינס — רודאָלף דזשוליאַניס דעמאָקראַטישער אָפּאָנענט. אָבער מייסאָן לאַכט זיך אויס פֿון די טענות.