שלום אַש |
דער מאָדערנער קלאַסיקער
אַמאָליקע צײַטן איז ער געווען דער פּאָפּולערסטער ייִדישער שרײַבער. אָבער ווען מע פֿרעגט הײַנט ייִנגערע מענטשן, צי דער נאָמען פֿון שלום אַש זאָגט זיי עפּעס, באַקומט מען בדרך-כּלל אַ נעגאַטיוון ענטפֿער. סײַדן, ס'האָט עמעצער געהערט אָדער געלייענט וועגן זײַן פּיעסע "גאָט פֿון נקמה". אין די 1920ער יאָרן האָט די ענגלישע אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע געמאַכט אַ סקאַנדאַל אין ניו-יאָרק. מע האָט באַשלאָסן, אַז בילדער פֿון אַ שאַנדהויז און אַ געשיכטע פֿון אַ לעסביאַנישער ליבע האָבן געקענט צעשאָקלען די מאָראַלישע יסודות פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. די אַקטיאָרן זײַנען אַרעסטירט געוואָרן.
דאָס דאָזיקע "סקאַנדאַליעזע" ווערק, וואָס אַש האָט אָנגעשריבן נאָך אין 1907, איז געווען גאָר ניט די ערשטע פּיעסע זײַנע. זײַן ליטעראַרישע קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1900, אָבער ווי אַ דראַמאַטורג איז אַש געוואָרן באַקאַנט אין 1904. אייניקע זײַנע פּיעסעס האָט מען געשטעלט אין די רוסישע טעאַטערס. אַש איז אויך באַקאַנט געוואָרן אין די טעאַטראַלע וועלטן פֿון פּוילן און דײַטשלאַנד.
דאָס יאָר 1904 איז בכלל געוואָרן אַ וויכטיקער מײַלשטיין אין דעם לעבן פֿונעם יונגן שרײַבער. דעמאָלט האָט די פּעטערבורגער ייִדישע צײַטונג "פֿרײַנד" פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ערשט גרויס פּראָזאַיִש ווערק — "דאָס שטעטל". דאָס דאָזיקע ראָמאַנטישע בילד פֿון שטעטל-לעבן האָט אים געמאַכט אַ נאָמען אי צווישן די לייענער, אי צווישן די קריטיקער.
קיין אַמעריקע איז אַש, צום ערשטן מאָל, געקומען אין 1909. דאָ האָט ער אָנגעשריבן אַ פּיעסע פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן ("דער לאַנדסמאַן"), וואָס האָט קיין גוואַלדיקן דערפֿאָלג ניט געהאַט. די רײַזע האָט אים באַזאָרגט מיט "סחורה" אויך פֿאַר פּראָזאַיִשע ווערק.
אין "פֿאָרווערטס"
אין 1914 האָט אַש זיך באַזעצט אין אַמעריקע. דעמאָלט איז ער טאַקע געוואָרן אַ שטענדיקער שרײַבער פֿון "פֿאָרווערטס". אין תּוך אַרײַן, האָט אַש, צום ערשטן מאָל, געבראַכט ערנסטע ליטעראַטור אויף די שפּאַלטן פֿון דער צײַטונג. פֿריִער האָט מען אין "פֿאָרווערטס" אויסגעמיטן צו דרוקן קאָמפּליצירטע ווערק. די צײַטונג האָט זיך אָריענטירט אויף אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער ייִדישן עולם, וואָס איז געווען ניט שטאַרק איבערגעלאָדן מיט אַלגעמיינער בילדונג.
אָבער צו דער צײַט, ווען אַש איז געקומען קיין אַמעריקע, איז די צײַטונג שוין געשטאַנען פֿעסט אויף די פֿיס. דערפֿאַר האָט זי געקענט זיך דערלויבן אַזאַ לוקסוס — צו געבן פֿון צײַט צו צײַט אַן אָרט אויך דער ראַפֿינירטער ליטעראַטור. אמת, אַב. קאַהאַן, דער שעף-רעדאַקטאָר, האָט תּמיד געטענהט, אַז אַזאַ מין ליטעראַטור ברענגט ניט קיין לייענער. פֿונדעסטוועגן, האָט ער געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו דרוקן ראַפֿינירטע ווערק, כּדי צו העלפֿן אַנטוויקלען די ייִדישע ליטעראַטור.
אין דער אמתן, האָט קאַהאַן געוווּסט, אַז אַשס נאָמען וועט זײַן אַ גוטע רעקלאַמע פֿאַר דער צײַטונג. אַפֿילו אויב ניט יעדער לייענער האָט געלייענט אַשס ווערק, איז עס געווען וויכטיק צו האָבן אים צווישן די מחברים. פּונקט ווי ס׳איז געווען וויכטיק, למשל, צו האָבן דעם פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן טוער ברוך וולאַדעק, ווי דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס".
אַזוי צי אַזוי, זײַנען אין "פֿאָרווערטס" רעגולער אַרויס אַשס דערציילונגען, עסייען, ווי אויך אַ טוץ זײַנע ראָמאַנען, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע ווי "אָנקל מאָזעס", "קידוש-השם" און די טרילאָגיע "פֿאַרן מבול".
"קריסטלעכע ווערק"
אין 1933 איז געווען אַ גרויסער טומל אַרום אַשן, ווען ער האָט אָנגענומען דעם מעדאַל פֿון דער פּוילישער רעגירונג. אַ סך מענטשן האָבן געהאַלטן, אַז אַ ייִדישער טוער האָט עס ניט געדאַרפֿט טאָן, צוליב דער שלעכטער באַציִונג צו ייִדן אין פּוילן. אָבער אַש האָט זיך ניט שטאַרק איבערגענומען מיט דער קריטיק. ער האָט דעמאָלט געלעבט, דער עיקר, אין פֿראַנקרײַך. אין 1938 האָט ער זיך ווידער "פֿאַראַנקערט" אין אַמעריקע.
צו יענער צײַט האָבן זיך פֿאַרערגערט זײַנע באַציִונגען מיט קאַהאַנען. דער שעף-רעדאַקטאָר האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דרוקן אַשס ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת". קאַהאַן האָט געטענהט, אַז דאָס ווערק האָט אָפּגעשפּיגלט אַ קריסטלעכן צוגאַנג צו דער געשיכטע. נאָך ערגער זײַנען געוואָרן די באַציִונגען אין 1939, ווען דער דאָזיקער ראָמאַן איז אַרויס אויף ענגליש (The Nazarene). בעת די איבערזעצונג האָט אויסגענומען בײַם ענגליש-לייענענדיקן לייענער, זײַנען אַ סך ייִדן געווען ניט צופֿרידן, צי אַפֿילו שאָקירט. קאַהאַן האָט באַשלאָסן, אַז פֿאַרן "פֿאָרווערטס" וועט זײַן בעסער צו האַלטן אַ דיסטאַנץ פֿון אַזאַ קאָנטראָווערסיאַלן שרײַבער.
דער סוף איז געווען, אַז אַש האָט געפֿונען אַ מקום-מיקלט אין די קאָמוניסטישע קרײַזן. אין 1943 האָט די ניו-יאָרקער קאָמוניסטישע צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" אַרויסגעגעבן דאָס בוך "דער מאַן פֿון נצרת". אין די 1940ער יאָרן האָבן די לינקע פֿאַרלאַגן געדרוקט אַשס ווערק, כאָטש ער האָט זיך קיין מאָל ניט אַרויסגעשטעלט ווי אַ געטרײַער קאָמוניסט. ער האָט אין גאַנצן איבערגעריסן די דאָזיקע פֿאַרבינדונג, ווען ס׳איז באַוווּסט געוואָרן וועגן די אַנטי-ייִדישע רדיפֿות אין ראַטן-פֿאַרבאַנד.