אין דעם זשורנאַל Language & Communication, נומ’ 31, יאָר 2011, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אַרטיקל פֿון צבֿי סדן (צוגוּיאַ סאַסאַקי). וואָס אַרבעט אין אוניווערסיטעט פֿון בר-אילן. זײַן אַרטיקל הייסט “ייִדיש אין אינטערנעץ". דער מחבר האָט אַנאַליזירט, ווי אַזוי מע נוצט ייִדיש אין דעם עלעקטראָנישן רוים, וועלכער איז, פֿון איין זײַט, אַ ווירטועלער, אָבער גלײַכצײַטיק שפּילט ער אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין אונדזער גאָר ניט ווירטועלער טאָג-טעגלעכקייט. דער אויספֿיר פֿון דער פֿאָרשונג איז אַזאַ: ייִדיש איז דערווײַל גאַנץ שלעכט פֿאָרגעשטעלט אין אינטערנעץ, אַ סך ערגער פֿון אַנדערע שפּראַכן מיט אַן ערך דער זעלביקער צאָל רעדערס. און נאָך איין זאַך, האָט דער מחבר באַמערקט, דהײַנו: ייִדיש האָט מער אַ סימבאָלישע פֿונקציע, דאָס הייסט, אַז בדרך-כּלל גייט די רייד וועגן ייִדיש, אָבער שרײַבן שרײַבט מען ניט אויף ייִדיש.
ד״ר סדן-סאַסאַקי איז, בלי-ספֿק, גערעכט. אַ דוגמא פֿון אַזאַ סימבאָלישקייט גיט http://www.yiddish.co.il,וואָס איז פֿון דער אָרגאַניזאַציע “יונג-ייִדיש". און דאָך קאָן מען האָבן טענות צו דער פֿאָרשונג. זי ווײַזט ניט אָן, אַז כּמעט אַלע וועבזײַטן, וועלכע זײַנען אַרײַנגענומען געוואָרן אין דעם אַנאַליז, געהערן ניט צו דער חרדישער וועלט. אָבער די איבערוועגנדיקע מערהייט פֿון די ייִדיש-רעדנדיקע לײַט זײַנען הײַנט דווקא אַ טייל פֿון יענער וועלט. אין יענער וועלט זײַנען דאָ צענדליקער אינטערנעץ-פֿאָרומס (למשל, http://www.www.ivelt.com), וווּ ייִדיש איז די איינציקע צי די הויפּט-שפּראַך. אָבער ד"ר סדן-סאַסאַקי האָט זיי גלײַך ווי ניט באַמערקט.
ס’איז באַוווּסט, אַז די חרדישע וועלט קוקט מיט חשד אויף אינטערנעץ, ווײַל דורך אַ קאָמפּיוטער קען דירעקט אין אַ ייִדישער שטוב אַרײַנגעשמוגלט ווערן לחלוטין ניט קיין כּשרע אינפֿאָרמאַציע, עפּעס וואָס אַ פֿרומער מענטש דאַרף ניט זען. ניט צופֿעליק האָבן אין יאָר 1999 די בעלזער חסידים באַשלאָסן, אַז אינטערנעץ איז אָסור. אמת, אין אַ יאָרצענדליק אַרום האָבן זיי זיך געכאַפּט, אַז אַזאַ טאָטאַלער פֿאַרבאָט קען שטערן די געשעפֿטן, וואָס די חסידים פֿירן. האָט מען, אָן אַ חשק, פֿון דעסטוועגן דערלויבט צו נוצן אינטערנעץ אין די ענינים פֿון אַרבעט, אָבער אַנדערש — איז נאָך אַלץ אָסור. אין די חרדישע שמועס-פֿאָרומס שרײַבט מען, אַז דער בורא-עולם האָט געשאַפֿן אינטערנעץ ווי אַ נײַע יצר-הרע. דאָס הייסט, אַז מע דאַרף עס אויסמײַדן.
אָבער אַזוי צי אַזוי, רײַסט זיך די נײַע טעכנאָלאָגיע אַרײַן אויך אין דער חרדישער וועלט. און זי — די דאָזיקע וועלט — זוכט וועגן, ווי אַזוי עס צו נוצן, אָבער צו טאָן עס פֿאָרזיכטיק, כּדי ניט שעדיקן די פֿרומקייט פֿון זייער לעבן. עס וואַקסט דער ווירטועלער חרדישער רוים, אָבער מע באַמיט זיך אים צו באַגרענעצן און פֿאַרצירעווען מיט כּשרע פֿעדים אַלע עלעקטראָנישע לעכער אין דעם דאָזיקן רוים.