איך וויל אײַך דערציילן נאָך איין מעשׂה, אפֿשר ניט אַזאַ שיינע, ווי די פֿריִערדיקע, נאָר מיט אַ שׂכל.
דעם שׂכל פֿאַרשטיין,
דאַרף מען ניט קיין חן,
גענוג איז אַ קאָפּ,
קלענער פֿון אַ טאָפּ.

ס׳איז אַמאָל געווען אַ מאַן מיט אַ ווײַב. זײַנען זיי געווען גרויסע קבצנים. צו די אַלע מעלות, האָבן זיי נאָך געהאַט אַ פֿולע שטוב מיט קינדער און אַלע — מיידלעך! נו, האָט זיך געטראָפֿן, אַז דאָס ווײַב איז ווידער פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. טראַכט בײַ זיך דער מאַן: “וואָס וועט זײַן, אַז דאָס מאָל וועט זי גראָד האָבן אַ ייִנגל? מע דאַרף דאָך מאַכן אַ ברית?!"
האָט ער זיך באַרעכנט: “איידער וואָס־ווען, וועל איך זיך דערווײַל לאָזן איבער דער וועלט קלײַבן נדבֿות, וועל איך האָבן מיט וואָס מאַכן דעם ברית." געזאָגט איז געטאָן. מער האָט מען אים ניט געזען און ניט געהערט.
אין דער צײַט איז דאָס ווײַב געלעגן געוואָרן און האָט טאַקע געהאַט אַ ייִנגעלע, מיט מזל! אין דרויסן שטייט אַ פֿראָסטיקער ווינטער, און אין שטוב איז קאַלט, מע קאָן זען ווי מע אָטעמט, די פּאַרע פֿון מויל ווערט פֿאַרפֿרוירן. אָט דאָס ווײַבל, נעבעך, געשיקט די טעכטערלעך אַ קוק טאָן אויפֿן בוידעם, צי ס׳האָט זיך דאָרט ניט פֿאַרוואַלגערט אַ ביסל קוילן.
זײַנען די מיידעלעך אַרויף אויפֿן בוידעם זוכן דאָרט קוילן. מע זוכט, מע נישטערט — ניטאָ אַפֿילו קיין סימן פֿון אַ קוילעכל. פּלוצעם זעט איין מיידעלע ווי עס בלישטשעט עפּעס אַרויס פֿון אַ ווינקל. זי גייט צו צום אָרט און זעט דאָרט אַ פּאָר בלישטשענדיקע שטיינדעלעך. זי כאַפּט די שטיינדעלעך און לויפֿט אַראָפּ זיי ווײַזן דער מאַמען. אַז די פֿרוי האָט אַ קוק געטאָן אויף די שטיינדעלעך, האָט זי געזאָגט דעם עלטערן מיידל: “נעם, מײַן טאָכטער, אַ שטיינדעלע און טראָג עס אָפּ צום גאָלדשמיד. פֿרעג בײַ אים וואָס דאָס איז ווערט."
האָט דאָס מיידל גענומען אַ שטיינדעלע און איז געלאָפֿן עס ווײַזן דעם גאָלדשמיד. יענער האָט נאָר אַ קוק געטאָן אויף דעם שטיינדעלע האָט ער באַלד דערזען, אַז דאָס איז ניט קיין פּראָסט שטיינדעלע, נאָר אַ דימענט. נעמט ער און גיט איר זייער אַ סך געלט דערפֿאַר. האָט דאָס מיידעלע געבראַכט דאָס געלט דער מאַמען. נו, איז אין שטוב גלײַך וואַרעם געוואָרן, מע האָט געקויפֿט אַלע גוטע זאַכן און שוין געפּראַוועט אַ פֿײַנעם ברית, מיט אַלע פּיטשעווקעס.
ווען די ייִדענע איז אַזוי רײַך געוואָרן, האָט איר שוין ניט געפּאַסט צו וווינען אין דעם קליינעם שטעטל. האָט זי זיך איבערגעקליבן אין אַ גרויסער שטאָט, געקויפֿט אַ גרויסע שיינע שטוב און האָט גענומען טיילן זייער אַ סך צדקה.
די ידיעה, אַז איינע אַ ייִדענע טיילט רײַכע נדבֿות, האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט. האָבן זיך צו איר אַ קער געטאָן אַלע אָרעמעלײַט. ס׳איז אַ באַקאַנטע זאַך, אַז אָרעמע־לײַט האָבן אַ זעלטענעם געהער: אַוווּ נאָר זיי דערהערן דעם קלאַנג פֿון די מטבעות, זײַנען זיי שוין דאָרט די ערשטע. האָט עס אויך דערהערט איר אייגענער מאַן און איז געקומען בעטן אַ נדבֿה בײַ דער רײַכער ייִדענע.
דאָס ווײַב האָט אים גלײַך דערקענט, אָבער ער האָט זי שוין ניט געקאָנט דערקענען; דאָס רײַכע לעבן האָט געביטן איר גאַנצן אויסזען. נעמט זי און גיט אים אַ שיינע נדבֿה. שטייט ער און וווּנדערט זיך — אַזאַ גרויסע נדבֿה האָט אים נאָך קיינער ניט געגעבן. זאָגט זי צו אים: “וווּנדערט זיך ניט, רב ייִד; נעמט דאָס געלט און גייט קויפֿט זיך שיינע קליידער. איך וואַרט אײַך בײַ זיך אויף שבת".
אַז אַ רײַכע ייִדענע פֿאַרבעט אים אויף שבת, קאָן ער זיך ניט אָפּזאָגן. ער איז אַוועק אין אַ גרויס געשעפֿט, זיך שיין אויסגעקליידט און איז געקומען צו איר אויף שבת. דאָס ווײַב האָט אים זייער שיין אויפֿגענומען, אַוועקגעזעצט בײַם טיש אויבנאָן און האָט אים געהייסן מאַכן קידוש. די קינדער אַרום דעם טיש זיצן און וווּנדערן זיך: “וואָס האָט דאָ די מאַמע געטאָן? אַרײַנגענומען אין שטוב אַ פֿרעמדן ייִד, אַן אָרעמאַן און האָט אים נאָך דערצו אַוועקגעזעצט אויבנאָן?!" זיי האָבן אָבער געשוויגן. גאָרנישט ניט געזאָגט.
דערנאָך, ווען דער ייִד האָט אָפּגעמאַכט קידוש, האָט די ייִדענע אים דערלאַנגט צוויי גרויסע שטיקער פֿיש, גוט געפֿעפֿערט און געזאַלצן; פֿאַרענדיקט מיט די פֿיש, האָט ער פֿאַרזוכט דאָס געשמאַקע עסיקפֿלייש, זיך פּאָסמאַקעוועט מיטן צימעס־מייערן און פֿאַרטרונקען מיט אַ גוט ביסל בעסאַראַבער ווײַן.
נאָכן עסן האָט זי אים געוויזן וווּ ער קאָן זיך צולייגן, און אַליין זיך אויסגעבעט איר בעט און האָט זיך געלייגט שלאָפֿן. אין מיטן דער נאַכט האָט זיך דעם גאַסט פֿאַרוואָלט אַ טרונק, איז ער אַראָפּ פֿון זײַן געלעגער און גענומען זוכן וואַסער אין דער פֿינצטער. פֿרעגט אים די באַלעבאָסטע: “ר׳ ייִד, וואָס זוכט איר?" — זאָגט ער: “כ׳וויל אַ טרונק!" זאָגט זי: “קומט אַהער, וועל איך אײַך געבן אַ טרונק". איז ער צוגעגאַנגען און האָט זי אים דערלאַנגט אַ געטראַנק, וואָס זי אַליין האָט עס צוגעגרייט פֿון פֿריִער און געהאַלטן פֿאַר אַ באַזונדערן פֿאַל. טרינקט דער ייִדן אויס דאָס געטראַנק און פֿרעגט זי: “ס׳איז עפּעס זייער געשמאַק. וואָס איז דאָס?" זאָגט זי:
“דאָס איז אַ מין ווײַן —
און דו ביסט ווידער מײַן,
און איך בין שטענדיק דײַן"
און גאָר אין גיכן איז זי פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. איצט איז שוין ניט אַזוי וויכטיק געווען, ווער עס וועט בײַ זיי געבוירן ווערן, נאָך איין ייִנגעלע צי ווידער אַ מיידעלע.