אַ פּאָרפֿאָלק איז אַרויס אויף אַ שפּאַציר. אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס, וווּ זיי האָבן שפּאַצירט, איז געשטאַנען אַ יונגע פֿרוי. ס’איז קלאָר געווען, אַז זי האָט אויף עמעצן אַרויסגעקוקט. אין אַ רגע אַרום איז צו איר צוגעלאָפֿן אַ יונגער בחור, האָט זי אַרומגענומען און גענומען קושן.
“ס’איז אַ פּוסטע טירחה צו דערוואַרטן פֿון דיר אַזאַ זאַך", — האָט זיך געוואָנדן דאָס ווײַב צו איר מיטשפּאַצירנדיקן מאַן. — “פֿאַר וואָס קענסטו עס ניט טאָן?"
“וואָס וועל איך זיך פּלוצעם אַרויפֿוואַרפֿן אויף איר? איך קען דאָך זי אין גאַנצן ניט".
* * *
אַ פּאָרפֿאָלק איז געקומען צו אַ דאָקטער. זיי האָבן אים דערציילט, אַז זיי האָבן חתונה געהאַט מיט אַריבער דרײַסיק יאָר צוריק און כּמעט די גאַנצע צײַט איז בײַ זיי אַלץ געווען גוט. אָבער לעצטנס האָבן זיי זיך דערפֿילט אָפּגעפֿרעמדט און ווייסן ניט ווי אַזוי אויסצוסדרן זייערע צווישנבאַציִונגען.
דער דאָקטער האָט זיי אויסגעהערט און, ווען זיי האָבן פֿאַרענדיקט דערציילן זייער געשיכטע, איז ער אויפֿגעשטאַנען, צוגעגאַנגען צו דער פֿרוי און האָט זי הייס אַ קוש געטאָן. דערנאָך האָט ער זיך געוואָנדן צו דעם מאַן:
“אָט אַזוי דאַרף מען טאָן, לכל-הפּחות, דרײַ מאָל אַ וואָך. לאָמיר זאָגן — מאָנטיק, מיטוואָך און פֿרײַטיק".
“מאָנטיק און מיטוואָך קען איך זי ברענגען צו אײַך. דאָס קען איך אײַך צוזאָגן. אָבער וואָס שייך פֿרײַטיק איז עס אויסגעשלאָסן, ווײַל יעדן פֿרײַטיק שפּיל איך טעניס מיט מײַנע פֿרײַנד."