ליטעראַטור


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער

6

מאַרק איז געשטאַנען אויף דער אייבערשטער דעק פֿון דער ריזיקער רײַזעשיף מיטן נאָמען Carnival Dream, וואָס האָט זיך פּאַמעלעך דערווײַטערט פֿון דער שטאָט, ווי אַ שטיק באָדן וואָלט זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿונעם קאָנטינענט און שוין אין אַ סטאַטוס פֿון אַן אומאָפּהענגיקן אינדזל זיך געלאָזט אין זײַן פֿרײַען שווימען איבערן אָקעאַן. דער זון־אונטערגאַנג האָט איצט בולט געצייכנט איבערן אָנגעזעטיקטן מיט בלוי הימל־לײַוונט די “דיאַגראַמע פֿון מאַנהעטן".
ווען מאַרק און בעלאַ האָבן סוף־כּל־סוף באַשלאָסן אַרויסצופֿאָרן קיין אַמעריקע, איז דער גרעסטער טרוים בײַ מאַרקן געווען זיך צו באַזעצן אין ניו־יאָרק; ער האָט זיך דעמאָלט געמאָלט, אַז צו וווינען אין דער וווּנדערלעכער מעגאַפּאָלוס־שטאָט, איז ווי צו בלעטערן יעדן טאָג די פּרעכטיקע אויסגאַבע פֿון AIA Guide, דעם וועגווײַזער פֿונעם אַמעריקאַנער אַרכיטעקטור־אינסטיטוט. מאַרק האָט אַזאַ אויסגאַבע געקויפֿט אין מאָסקווע פֿאַר משוגענע געלטער, ווען ער האָט זיך נאָך געלערנט אין אינסטיטוט. פֿאַרן אַוועקפֿאָרן האָט ער דאָס בוך געשענקט זײַנעם אַ פֿרײַנד. יענער איז אים מקנא געווען: “איצט וועסטו יעדן בנין קאָנען אָנטאַפּן מיט די אויגן..."
די ערשטע צײַט פֿלעגט מאַרק טאַקע, ווי אויף אַן אַרבעט, זיך זעצן אין דער באַן אויף דער “שיפּסהעדבעי"־סטאַנציע און שוין אַ גאַנצן טאָג פֿאַרפֿאַלן ווערן אין מאַנהעטן. ער האָט נישט געדאַרפֿט קיין וועגווײַזער, ער האָט געקענט דעם נאָמען און די געשיכטע כּמעט פֿון יעדן “בילדינג"; די נעמען פֿון די געגנטן “סאָהאָ", “גרעניטש־ווילעדזש" — האָבן גערייצט זײַן אויער און זיך איבערגערופֿן אין מוח מיט די קלינגעוודיקע נעמען אין אַנדערע שטעט און לענדער — “מאָנמאַרטר", “ד’אָרסאָ־מוזיי", “פּאַרק גועל", “באַליאָ־הויז" — וואָס ער האָט זיי דערווײַל געזען נאָר אין חלום. בלאָנדזשענדיק אַזוי איבער ניו־יאָרק, מיט זײַן רוקזעקל, וווּ בעלאַ האָט אים אַרײַנגעלייגט אַ פּאָר “סענדוויטשן" און אַ קליינעם טערמאָס מיט קאַווע, האָט מאַרק אין אַ טאָג זיך געכאַפּט אויפֿן געדאַנק, אַז די אַלע שיינע גאַסן, מיט די בנינים, סקווערן און פּאַרקן, וואָס אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס אָדער אין קינאָ פֿלעגן אַרויסרופֿן בײַ אים אַזוי פֿיל התפּעלות, זײַנען אין דער ווירקלעכקייט אים פֿרעמד און אָפּגעריסן פֿון זײַן לעבן און זײַן אייגענער געשיכטע, פּונקט ווי די הונדערטער באַזאָרגטע מענטשן אַרום אים.
אַפֿילו דעמאָלט, אינעם ערשטן יאָר פֿון זײַן סטודענטשאַפֿט, ווען ער, אַ בחור פֿון פּראָווינץ, איז געקומען קיין מאָסקווע, האָט ער זיך נישט געפֿילט אַזוי פֿאַרלוירן, ווי ער האָט זיך פּלוצעם דערפֿילט אין מאַנהעטן, בעת זײַנע “פּראָפֿעסיאָנעלע שפּאַצירן". דאָרט איז געווען זײַן סבֿיבֿה מיט אַ שפּראַך און קולטור, וואָס ער איז געוואַקסן מיט זיי און זיי אײַנגעזאַפּט, צוזאַמען מיט די אַלע טאָג־טעגלעכע סטערעאָטיפּן — אַ מין סוראָגאַט פֿון אידעאָלאָגיע, דענקען, שטייגער... אַלץ איז געווען פֿאַרשטענדלעך און היימיש; און ער האָט באמת, מיט אַ יוגנטלעכער פֿאַרכאַפּטקייט, געחלומט צו פּראָיעקטירן און אויפֿבויען אַמאָל דאָרט זײַן “בנין" אָדער אַפֿילו אַ גאַנצן קאָמפּלעקס, נישט בלויז ווי אַן אַרכיטעקט, נאָר טאַקע ווי אַ בירגער פֿון זײַן שטאָט און לאַנד. אייגנטלעך, האָט ער געטראַכט, טוט זיך דאָך אַלץ פֿאַר מענטשן, נישט פֿאַר דער מאַכט...
זיצנדיק אויף אַ באַנק אינעם פּאַרק פֿון “יוניאָן סקווער" און קײַענדיק בעלאַס “סענדוויטש", האָט ער פּלוצעם פֿאַרשטאַנען דעם ריזיקן אונטערשייד — צווישן יענעם יונגן ספּעציאַליסט אין תּחום פֿון אַרכיטעקטור, פֿול מיט האָפֿענונג און פּלענער, פֿאַרליבט אין דעם אַזוי גערופֿענעם “אינטערנאַציאָנאַלן סטיל", וווּ די נעמען פֿון לע קאָרביוזיע און לודוויג מיס וואַן דער ראָע, וואַלטער גראָפֿיוס, פֿיליפּ דזשאָנסאָן האָבן געקלונגען ווי די נעמען פֿון די גריכישע געטער — און דעם פֿאַרוואָגלטן אימיגראַנט, אָן אַ שפּראַך, אָן אויסזיכטן אויף אַרבעט... מאַרק האָט זיך דערמאָנט, ווי מע פֿלעגט דאָרט רופֿן ניו־יאָרק “שטיינערנער דזשאָנגל"; באַקומט זיך, אַז ער איז איצט דאָ אַ “פֿאַרלוירענער מאַוגלי"? אַ שיין געלעכטערל!.. ער האָט געפֿילט, ווי אין האַלדז איז אים שטיין געבליבן אַ שטיק, נישט פֿונעם עסן, נאָר פֿון אַ פֿאַרדראָס אויף זיך אַליין: ניין, ער איז דאָ נישט קיין מאַוגלי און נישט טאַרזאַן, ווײַל דאָרט אין ברוקלין, אין דעם געדונגענעם דירהלע, קוקן אויף אים אַרויס דרײַ מענטשן, וואָס דערוואַרטן פֿון אים ממשותדיקע מעשׂים. דווקא אין דער מינוט האָט מאַרק בײַ זיך באַשלאָסן, אַז ער וועט זיך דערשלאָגן זײַנס, ער וועט דאָ אָנגיין ווײַטער מיט זײַן פֿאַך, ווי שווער דער וועג זאָל אים נישט אָנקומען...
מאַרק האָט זיך איצט אַראָפּגעלאָזט מיטן ליפֿט צו דער “פּראָמענאַדע"־דעק, וואָס האָט זיך געפֿונען אויפֿן פֿינפֿטן גאָרן, און אויסגעזען ווי אַ לוקסוס־קוואַרטאַל אין אַ רײַכער געגנט, מיט קראָמען, רעסטאָראַנען, פֿאַרווײַלונג־קלובן און “קאַזינאָ". מאַרק און בעלאַ האָבן שוין עטלעכע מאָל פֿאַרבראַכט זייערע וואַקאַציעס אויף אַ רײַזעשיף, הגם מאַרק, ווען בעלאַ האָט עס אים פֿאָרגעלייגט צום ערשטן מאָל, איז געווען קעגן: “דו ווייסט דאָך, אַז כ’האָב ליב מער אַרומצוגיין, אַרומצופֿאָרן... מיר האָבן דאָך מיט דיר נאָך גאָרנישט ניט געזען!" פֿון דעסטוועגן, האָט ער נאָכגעגעבן דעם ווײַב און ס’האָט אים דערנאָך נישט באַנג געטאָן.
די סאַמע נײַגעריקע פּאַסאַזשירן, אָדער די נײַע בירגער פֿון דער שווימענדיקער שטאָט “Carnival Dream", האָבן זאָרגלאָז שפּאַצירט הין און קריק, איבער דעם אָרטיקן שטיקל “טײַם־סקווער", זיך אָפּגעשטעלט בײַ די שיין־באַלויכטענע וויטרינעס פֿון די קראָמען, זיך צוגעקוקט צו דער סחורה, זיך באַקענט מיט דעם מעניו פֿון די רעסטאָראַנען. אַלץ איז נאָך געווען פֿאַרמאַכט, בלויז אינעם דזשאַז־קלוב האָבן שוין געשפּילט עטלעכע מוזיקער. מאַרק האָט זיך צוגעזעצט בײַ אַ קליין קײַלעכדיק טישל און באַשטעלט “דזשין און טאָניק".
די ווייכע קלאַנגען פֿון "די בלוז" האָבן אים סײַ אײַנגעוויגט און סײַ אויפֿגעוועקט; אײַנגעוויגט די טאָג־האַוועניש און אויפֿגעוועקט דערמאָנונגען. ער האָט באַמערקט לעצטנס, אַז וואָס טיפֿער ס’ווערט די עלטער, אַלץ גיכער יאָגט ער זיך דווקא נאָכן נעכטן — נאָך אַ גליקלעכער שעה, אַן אומפֿאַרגעסלעכער מינוט. ער כאַפּט זיך אין אַזאַ דערמאָנונג אָן, קלאַמערט זיך אין איר אײַן און ווי אַ שפּין צו אַ געכאַפּט פֿליגעלע, קריכט ער שטילערהייט איבער דעם דינעם פֿאָדעם פֿון צײַט, פֿילנדיק פֿון פֿריִער דעם טעם פֿון דער טרעפֿונג.
צום ערשטן מאָל דאָ, אין אַמעריקע, אַז ער פֿאָרט ערגעץ אַרויס אַליין, אָן בעלאַן. זי זאָרגט, וווּ און ווען זיי זאָלן פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס, נישט נאָר ווײַל בעלאַס אַרבעט איז פֿאַרבונדן מיט דער אַזוי גערופֿענער “פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע"; אויך דאָרט, אין יענעם לעבן, איז זי שטענדיק געווען דער משפּחה־מאָטאָר, געשלעפּט אויף זיך אַלע זאָרגן — פֿון קינד, שטוב, שטייגער, עלטערן, מחמת ער, מאַרק, איז אַ “שאַפֿערישער מענטש" און דער קאָפּ “דאַרף אים זײַן פֿרײַ". ער איז שוין צו דעם אַזוי צוגעוווינט געוואָרן, אַז ווען זיי זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, און מ’איז געבליבן שטיין פֿאַר אַ נײַער ווירקלעכקייט, האָט ער פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז ער טויג זיך אין דעם טאָג־טעגלעכן לעבן נישט אויס. ניין, ער איז נישט געזעסן ליידיק, געפּרוּווט צו אַרבעטן דאָ און דאָרט, אַבי אַרײַנצוברענגען אַ פּאָר דאָלאַרן. דורך די נעכט פֿלעגט אים בעלאַ אַרײַנקלאַפּן אין קאָפּ: “גיי, לערן זיך ענגליש! פֿאַרליר נישט קיין כּוח אויף צופֿעליקע פֿאַרדינסטלעך! פֿרעג, זוך, אינטערעסיר זיך; דו האָסט דאָך אַ קאָנקרעטע פּראָפֿעסיע!..." די ווערטער “קאָנקרעטע פּראָפֿעסיע", וואָס בעלאַ האָט שוין דאָ אונטערגעכאַפּט, פֿלעגן אים משוגע מאַכן: ווער דאַרף דאָ האָבן זײַן קאָנקרעטע פּראָפֿעסיע?! ווייניק ספּעציאַליסטן זײַנען דאָ פֿאַראַן פֿון זײַן “קאָנקרעטער פּראָפֿעסיע"?! ער האָט זיך געבייזערט אויף איר, זיך געקריגט, געריסן דעם גאָרגל און, צום סוף, געטאָן אַזוי ווי בעלאַ פֿלעג אים הייסן. דאָס האָט זי אים געטריבן שיִער נישט יעדן טאָג אין מאַנהעטן אַרײַן אויף די “פּראָפֿעסיאָנעלע שפּאַצירן", ביז אין אַ געוויסן טאָג האָט ער באַגעגנט זײַנעם אַ באַקאַנטן, אַן אינזשענער, וואָס זיי האָבן אַמאָל געאַרבעט אויף איין פּראָיעקט; ער האָט אים טאַקע צונויפֿגעפֿירט מיט מיסטער בלאַנק, בײַ וועלכן מאַרק האָט באַקומען זײַן ערשטן “דזשאָב" און דערנאָך געוואָרן זײַן שותּף...
דאָס זיסלעכע לײַכטע געטראַנק האָט פֿון דעסטוועגן צעגאָסן איר ביסל גיפֿט איבערן מוח, בפֿרט אַז מאַרק האָט הײַנט קיין מיטיק נישט געגעסן, אָבער קיין הונגער האָט ער אויך נישט געפֿילט. ניין, צו דער שיף־וועטשערע וועט ער נישט גיין, כאָטש פֿון זײַן פֿריִערדיקער דערפֿאַרונג ווייסט ער, אַז שפּײַזן שפּײַזט מען דאָ מיט אַ ברייטער האַנט; ווי זאָגט מען — אַלץ ווערט אײַנגעשלאָסן!
“דזשין און טאָניק" האָט אויך אויפֿגעוועקט אַ ווײַטע געשיכטע, וואָס מאַרק האָט זיך אין איר באַלד אָנגעכאַפּט ווי נאָר זי האָט זיך אַ ריר געטאָן אין זײַן זכּרון. בולגאַריע... פּלאָוודיוו... זײַן ערשטער און לעצטער אַרויספֿאָר אין אויסלאַנד. וויפֿל איז ער דעמאָלט אַלט געווען? קנאַפּע אַכט און צוואַנציק... אין יענער צײַט האָט עס אויסגעזען ווי אַ פֿאַנטאַסטישער חלום, אָדער אַן אומגלייבלעכע הצלחה; און כאָטש ס’איז גאָר גיך קלאָר געוואָרן, אַז פּלאָוודיוו איז נישט קיין קלענערע פּראָווינץ פֿון קעשענעוו, איז עס פֿאָרט געווען — אויסלאַנד. דער “ווילדער מערבֿ" האָט שוין אָנגעשטעקט דאָס לאַנד פֿון “בראַטושקי" מיט בולטע סימנים פֿון זײַן אַנדערשקייט; זאָל זײַן קלייניקייטן, אָבער דווקא זיי האָבן זיך געוואָרפֿן אין די אויגן: אַמעריקאַנער ציגאַרעטן “קענט" און “פֿיליפּ מאָריס", גומקעס צו קײַען, “קאָקאַ־קאָלאַ" אין די עלעגאַנטע פֿלעשעלעך, וואָס דערקענען זיך באַלד און וואָס ער האָט ביז אַהער געזען נאָר אויף אַ בילד; אָדער אַנדערע געשמאַקע געטראַנקען; אַלע אַרום האָבן זיי גערופֿן מיט איין קורצן נאָמען — “שוועפּס", וואָס מאַרק האָט אים באַלד פֿאַרביטן אויפֿן היימישן — “גרעפּץ"...
שוין צום סוף פֿון זײַן קאָמאַנדירונג, וואָס האָט זיך פֿאַרצויגן מער ווי אויף צוויי חדשים, האָט ער באַגעגנט סאַריגול. אַ שוואַרץ־חנעוודיקע יונגע פֿרוי, אַן איבערזעצערין פֿון דײַטש און רוסיש, האָט זי באַגלייט איר “באָס", אַן אַרכיטעקט פֿון מיזרח־בערלין, וועלכער האָט זיך אויך באַטייליקט אין דעם גרויסן בויוּנג־פּראָיעקט. ס’איז געשען אויף אַ קערמעשל — ער געדענקט שוין נישט לכּבֿוד וואָס און וועמען — זיי פֿלעגן זיך טרעפֿן נישט זעלטן, די קערמעשלעך, ספּאָנטאַן, אַבי עפּעס אַ תּירוץ... מאַרק האָט שוין געפֿילט, אַז די גאַנצע קאָמאַנדירונג קריכט אים אין די ביינער. ער האָט געבענקט נאָך בעלאַן, נאָכן זון. פֿאַר דער צײַט האָט דוד שוין געקאָנט פֿאַרגעסן ווי עס זעט אויס זײַן טאַטע... סאַריגול איז אַליין צוגעגאַנגען צו אים, האַלטנדיק אין די הענט צוויי באָקאַלן, ענלעך צו אַ פּאָר גלעזערנע לייקעס אויף לאַנגע פֿיסלעל. איינעם פֿון זיי, מיט אַ קאַלעמוטנער פֿליסיקייט, האָט זי דערלאַנגט מאַרקן.
— עס הייסט “דזשין און טאָניק", — האָט סאַריגול אים דערקלערט מיט אַן אָנשטעל פֿון אַ מבֿינטע, — לעצטנס, זייער אַ פּאָפּולערער קאָקטייל אין גאַנץ בולגאַריע.
זי האָט זיך צעשמייכלט און זיך צוגעזעצט לעבן מאַרקן. זי האָט גערעדט ווײַטער, און אין אירע גרויסע שוואַרצע, עטוואָס קאָסע־צעשטעלטע אויגן האָבן שוין געפֿינקלט בגילופֿינדיקע שפּרענקעלעך.
— מײַנע טאַטע־מאַמע האַלטן, אַז די פֿאַרשיידענע “קאָקטיילן" זײַנען ספּעציעל אַרײַנגעבראַכט פֿון מערבֿ צו דעמאָראַליזירן אונדזער יוגנט. אַן עכטער בולגאַרישער פּאַטריאָט, טענהן זיי, דאַרף טרינקען נאַציאָנאַלע געטראַנקען — מאַסטיקאַ, ראַקיאַ...
מאַרק האָט אָנגעשפּיצט די אויערן. אַ פּאָר טעג פֿאַרן אָפּפֿאָרן פֿון קעשענעוו קיין בולגאַריע, איז צו זיי אין ביוראָ געקומען אַ פֿעסט־צונויפֿגעקלאַפּטער מאַנצביל, וואָס ס’איז נישט שווער געווען צו פֿאַרשטיין אין וואָסער “קאָנטאָר" ער דינט. זייער גרופּע האָט שוין געוווּסט פֿון פֿריִער, אַז אַ “מענטש פֿון דאָרטן" וועט זיי באַגלייטן בעת דער גאַנצער קאָמאַנדירונג; אַזוי אַז זײַן דערשײַנונג און “אינסטרוקטאַזש" איז פֿאַר מאַרקן און זײַנע קאָלעגן געווען נישט קיין איבערראַשונג. קיין לאַנגע לעקציע, ווי אַזוי “אַ סאָוועטישער בירגער דאַרף זיך אויפֿפֿירן אין אויסלאַנד", האָט ער נישט געהאַלטן — בולגאַריע איז פֿאָרט אַ “ברודערלעך סאָציאַליסטיש לאַנד"; בכלל האָט ער געוואָלט אַרויסווײַזן, אַז ער איז פֿונעם זעלבן טייג געמאַכט ווי אַלע, און צום סוף פֿרײַנדלעך צוגעגעבן: “כ’בין זיכער, אַז אַלץ וועט דורכגיין אויפֿן בעסטן אופֿן... מע דאַרף נאָר געדענקען — וואַכזאַמקייט! — און שוין."
סאַריגול האָט בשעת־מעשׂה גערעדט ווײַטער:
— כ’זע, ביסט אַ באַווײַבטער, — האָט זי אַ וווּנק געטאָן אויפֿן פֿינגערל, — האָסט קינדער?
— אַ זון, דוד, הייסט ער... קנאַפּע צוויי יאָר אַלט.
— בענקסט נאָך אים, אַוודאי?
מאַרק האָט פֿאַרזוכט דעם קאָקטייל, און צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, ווי באַשטעטיקט:
— נישט שלעכט... דזשין האָב איך איין מאָל געטרונקען נאָך אין מאָסקווע, אָבער טאָניק...
— באַזונדערהייט האָב איך עס נישט ליב: דזשין איז פֿאַר מיר צו שטאַרק און טאָניק — צו ביטער, אָבער ווי אַ צונויפֿמיש, געפֿעלט עס מיר.
זי האָט אים אַרײַנגעקוקט אין די אויגן און געזאָגט:
— איך בין אויך אַ מין ביאָלאָגישער קאָקטייל: מײַן טאַטע איז אַן עטנישער טערק, און מײַן מאַמע איז אַ ייִדישע. אויך מײַן נאָמען איז אַ צונויפֿמיש: די מאַמע האָט געוואָלט מע זאָל מיך אָנרופֿן שׂרה, ווי איר באָבע האָט געהייסן, און מײַן טאַטע — גול, ווי זײַן מאַמע האָט געהייסן; האָט מען געפֿונען אַ קאָמפּראָמיס — סאַריגול, וואָס מיינט אויף טערקיש “געלע רויז".
דער “ביאָלאָגישער קאָקטייל" האָט ווי אַראָפּגענומען פֿון אים די צײַטווײַליקע אָנגעשטרענגטקייט, און דער אַלקאָהאָלישער — האָט צו דעם צוגעשפּילט:
— איצט פֿאַרשטיי איך, פֿאַר וואָס פֿון דײַנע אויגן שלאָגט די שײַן פֿון דער טערקישער האַלב־לבֿנה און ייִדישע שטערן...
— ביסט אויך אַ פּאָעט, מאַרק, ווי אַנדריי וואָזנעסענסקי?
— דו האָסט ליב זײַן פּאָעזיע?
— געלייענט עטלעכע לידער. איך ווייס פּשוט, אַז ער איז אַן אַרכיטעקט.
— יאָ, איך האָב אויך פֿאַרענדיקט דעם זעלבן מאָסקווער אַרכיטעקטור־אינסטיטוט, אָבער קיין לידער שרײַב איך נישט.
סאַריגול האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם פֿאָטעל און אומדערוואַרט אַ זאָג געטאָן:
— דו ווילסט נישט פֿאַרלאָזן די סקוטשנע קאָמפּאַניע? איך ווייס דאָ נישט ווײַט זייער אַ געשמאַק ערטעלע, וווּ מע פֿאַרקאָכט אַ זעלטענע טערקישע קאַווע.
ס’איז געווען אַ וואַרעמער פֿאַרנאַכט מיט אַן אויסגעלײַטערטן הימל, באַשפּרענקלט מיט שטערן. דער האָטעל “רענעסאַנס", וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט, האָט זיך געפֿונען אינעם אַלטן טייל פֿון שטאָט. די שטאַלטנע לאַמטערנס, פֿאַרבליבן דאָ פֿון די אַמאָליקע צײַטן, האָבן אויסגעשיילט פֿון דער פֿינצטערניש שטיקער געלע שײַן און זיי געשפּרייט איבער די גלאַנציקע שטיינער פֿון דעם ברוק. סאַריגול האָט זיך אָנגעבויגן און צעשפּיליעט אירע שיך אויף הויכע אָפּצאַסן.
— דו וועסט נישט זײַן קעגן, אויב כ’וועל אַראָפּוואַרפֿן מײַן אָפֿיציעלן עטיקעט פֿון די פֿיס?
מאַרק האָט אַ הייב געטאָן די אַקסלען.
— אַז ס’איז דיר אַזוי באַקוועמער... האָסט נישט מורא אָנצוטרעטן אויף אַ שאַרף שטיינדל, צי...
— ניין... איך בין דאָך אין דער שטאָט אויפֿגעוואַקסן, און כ’ווייס דאָ יעדעס שטיינדל.
— כ’האָב געמיינט, דו וווינסט אין סאָפֿיע און אַהער ביסטו געקומען מיט דײַן דײַטשישן “באָס".
— יאָ, איך וווין טאַקע אין סאָפֿיע, און מײַנע עלטערן זײַנען דאָרט, אָבער איך בין געוואַקסן בײַ מײַן באָבען, אין פּלאָוודיוו.
— מיר געפֿעלט די שטאָט, וואָס דערמאָנט אויך אַ מין אַרכיטעקטור־קאָקטייל פֿון רעשטלעך רוימישע רויִנען, שטאָלצע מוסולמענישע מעטשעטן און פּראַוואָסלאַוונע קלויסטערס, ווי אײַנגעוואַקסן אין דער ערד...
— ס’איז אַזוי געשען, ווײַל די טערקן האָבן פֿאַרווערט די בולגאַרן צו בויען קלויסטערס העכער פֿון זייערע מעטשעטן. — האָט צוגעגעבן סאַריגול, מיט אַ טאָן פֿון אַ געניטן וועגווײַזער, — האָט מען געפֿונען אַ וועג און געבויט נישט אין דער הייך, נאָר אין דער טיף. דו האָסט עס, מסתּמא באַמערקט, אַז מע גייט אַרײַן אין אַ קלויסטער, לאָזט מען זיך מיט די טרעפּ אַראָפּ.
— באַמערקט, פּונקט ווי כ’האָב באַמערקט, אַז ווען די בולגאַרן זאָגן “יאָ", מאַכן זיי מיטן קאָפּ אויף “ניין".
— און ווייסט, אַוודאי פֿאַר וואָס אַזוי?
— מ’האָט מיר דערציילט, אַז ווען די טערקן האָבן געצוווּנגען די בולגאַרן אָנצונעמען איסלאַם, האָבן זיי צוגעשטעלט צו זייער האַלדז אַ מעסער, און אויב עמעצער האָט געזאָגט “ניין", האָט ער זיך אַליין איבערגעשניטן דעם גאָרגל. האָט מען מיטן קאָפּ צוגעשאָקלט אויף “יאָ" און געמיינט האָט עס “ניין"... ס’איז טאַקע אַזוי?
— ווער ווייסט, יעדנפֿאַלס, סע קלינגט שיין.
זיי האָבן פֿאַרקערעוועט אין אַ שמאָל ליקעלע, באַלויכטן שוין מער מיט דער שײַן פֿון די פֿענצטער. די ווענט פֿון די איינשטאָקיקע שטיבער זײַנען ווי אַרויפֿגעזעצט געוואָרן אויף הויכע שטיינערנע פֿונדאַמענטן, און זיך אָנגעשפּאַרט אין שיין־געשניצטע הילצערנע אונטערלענען. סאַריגול און מאַרק האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַ אַ שמאָלער טיר, באַפּוצט פֿון ביידע זײַטן מיט בלומענטעפּ. איבער דער טיר איז געהאָנגען אַ שילדל מיטן נאָמען פֿון דער קאַפֿע “באָגאַ".
— מיינט דער דאָזיקער נאָמען גאָט? — האָט מאַרק געפֿרעגט.
סאַריגול האָט זיך צעלאַכט:
— אויף רוסיש און בולגאַריש — יאָ, אָבער אויף טערקיש מיינט דאָס וואָרט “באָגאַ" אַן אָקס. קום אַרײַן...
סאַריגול האָט זיך געפֿילט אין דעם ענגן קאַווע־הײַזל היימיש; גלײַך צוגעגאַנגען צו דער הויכער סטויקע, הינטער וועלכער ס’האָט אַרויסגעקוקט אַ סמוגלער מאַנספּאַרשוין מיט אויפֿגעבלאָזענע באַקן, געדיכטע, אַראָפּגעלאָזטע שפּיצן סמאָלענע וואָנצעס אַרום מויל. אויפֿן קאָפּ האָט ער געטראָגן אַ רויטע פֿעסקע מיט אַ קאָטעס, וואָס האָט צוגעגעבן צו זײַן אויסזען אַ געוויסע מאַסקאַראַדישקייט. אויף דער סטויקע איז געשטאַנען אַ ברייטע בלעכענע טאָווע, אָנגעפֿילט מיט גרוי זאַמד, אין וועלכן עס זײַנען ווי אײַנגעזונקען געוואָרן דרײַ צי פֿיר מעשענע “טורקאַס", פּונקט אַזעלכע ווי ס’האָט געהאַט בעלאַס טאַטע. דאָ האָט מען עס גערופֿן מיטן טערקישן וואָרט “פֿידזשאַן".
— סאַלוט, באָגאַ, דאָס איז מײַן פֿרײַנד מאַרק, און ער איז אַ גרויסער קענער אין קאַווע.
מאַרק האָט אויפֿגעהויבן די האַנט און צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ.
זיי האָבן זיך צוגעזעצט צו איינעם פֿון די דרײַ טישלעך, וואָס זײַנען געשטאַנען ליידיק. סאַריגול האָט אַוועקגעשטעלט לעבן זיך אירע שיך און זיי ווידער אָנגעטאָן.
— באָגאַ פֿאַרקאָכט די בעסטע קאַווע אין פּלאָוודיוו און אפֿשר אַפֿילו אין גאַנץ בולגאַריע.
זי האָט עס געזאָגט בכּיוון הויך, אַז באָגאַ, וואָס האָט זיך שוין געפּאָרעט בײַ די צוויי פֿידזשאַנען, זאָל עס אויך הערן.
מאַרק האָט זיך דערמאָנט אין זײַן שווער, דעם אמתן קענער פֿון קאָפֿע און זיך צעשמייכלט.
— איך האָף, אַז באָגאַ פֿאַרקאָכט אונדז אַראַביקאַ־קאָפֿע, נישט ראָבוסטאַ? — מאַרק האָט עס אויך געזאָגט העכער, ס’זאָל דערגיין צום באַלעבאָס פֿונעם קאַווע־הײַזל.
סאַריגול האָט זיך פֿאַרחידושט און אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו באָגאַ. יענער האָט געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער האָט עס נישט פֿאַרשטאַנען אויף רוסיש. האָט זי ווידער אָנגעקוקט מאַרקן.
— כ’זע, אַז כ’האָב טאַקע געטראָפֿן: וואָס הייסט אַראַביקאַ ווייס איך נאָך, אָבער ראָבוסטאַ?...
מיט אַ שמייכל האָט מאַרק דערקלערט:
— אַן אמתער מומחה אין קאָפֿע־קערנער איז מײַנער אַ קרובֿ, נישט איך. כ’האָב וועגן דעם קאָפֿע־סאָרט געהערט פֿון אים.
— ווי איך פֿאַרשטיי, — האָט שטיל, ווי אָנגעטאַפּט דעם נײַעם קער פֿונעם שמועס, געפֿרעגט סאַריגול, — ביסטו אויך אַ ייִד, כאָטש דו הייסט מאַרק?
— מאַרק — איז פֿאַרן סאָוועטישן פּאַספּאָרט; מײַן זיידע, וואָס איז געשטאָרבן אין געטאָ, האָט געהייסן מרדכי.
— איך ווייס נישט, צי האָסט געהערט, אָבער בעת דער מלחמה האָבן די בולגאַרן זיך קעגנגעשטעלט, אַז די אָרטיקע ייִדן זאָל מען דעפּאַרטירן... מײַן באָבע איז אַזוי געבליבן לעבן...
דער ריח פֿון פֿרישער קאַווע, די שטיינערנע ווענט און דער דיל פֿונעם האַלב־באַלויכטענעם צימער, די שטילע מוזיק פֿון עפּעס אַן אומעטיקן ניגון האָבן געמאַכט דעם רוים נאָך ענגער, ווי אים צונויפֿגעדריקט, צונויפֿגעפּרעסט, אַז די צוויי יונגע מענטשן, וועלכע האָבן זיך בסך־הכּל געקענט אַ פּאָר שעה, זאָלן דערפֿילן אַ נאָעטשאַפֿט, וואָס די נאַכט האָט זיי שפּעטער געשענקט...

"די בלוז" האָבן זיך איבערגעריסן און מאַרק האָט זיך אומגעקערט צוריק פֿון דער קורצווײַליקער רײַזע אין זײַן יוגנט. ער איז נאָך אַלץ געזעסן בײַם קײַלעכדיקן טישל אינעם דזשאַז־קלוב. די פּאַסאַזשירן, אויסגעפּוצט אין די אָוונט־קליידער, צופֿרידענע פֿון דער זאַטער שיף־וועטשערע, זײַנען אַרויסגעגאַנגען אויף דער ברייטער פּראָמענאַדע, אויסגעפֿילט די טישלעך אין די אָרטיקע טרינק־ערטער, זיך געזעצט צו די שפּיל־אויטאָמאַטן און גרינע טישן אין “קאַזינאָ", פֿאַרנומען ערטער אינעם ריזיקן קאָנצערט־זאַל, מיט איין וואָרט, זיך אײַנגעטונקען אין דער שפּרודלדיקער חגא פֿון פֿאַרווײַלונגען און שיינלעבן, וואָס ס’האָט זיי צוגעזאָגט דאָ צו געפֿינען די קרוז־קאַמפּאַניע “קאַרנאַוואַל".
נאָך דרײַ מאָל “דזשין און טאָניק" האָט מאַרק דערפֿילט, אַז זײַן אָרט איז איצט אין דער קאַיוט אויפֿן נײַנטן גאָרן, אָדער דעק. אויף הײַנט איז אים גענוג אַטראַקציעס... שלאָפֿן.

(המשך אין קומענדיקן נומער)