משה־לייב האַלפּערן |
כאָטש משה־לייב האַלפּערן איז מער באַוווּסט פֿאַר זײַן נאָוואַטאָרישקייט און איראָניע אין דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע, איז ער אויך געווען אַ טאַלאַנטירטער מאָלער. ווי עס דערציילט זײַן זון יצחק (ייִנג), האָט משה־לייב האַלפּערן געצייכנט און געמאָלט פֿון די קינדער־יאָרן אָן, ווען ער איז געווען אַ לערן־ייִנגל בײַ אַ שילד־מאָלער אינעם גאַליצישן שטעטל זלאָטשעוו, און שפּעטער, ווי אַ בחור, בײַ אַ מיסחר־קינסטלער אין ווין. דאָס וואָס איז געבליבן פֿון האַלפּערנס קונסט, באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע גראַפֿיט־פּאָרטרעטן, אייל־געמעלן, און אַ צאָל אָביעקטן, געשאַפֿן אין אַן איראָנישן, מאָדערניסטישן "פֿאָלק"־נוסח. די פּאָרטרעטן פֿון זײַן ווײַב, זון, און פֿון זיך אַליין ווײַזן אַרויס דעם דיכטערס געניטשאַפֿט און אויסשולונג, ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער צייכענער. האַלפּערנס מאָדערניסטישע מאָלערײַען און "קאָנסטרוקציעס" פֿאַרמאָגן אַ קאַפּריזנע איראָניע, אַ שטיפֿערישן הומאָר, און אַ מאָדנע רירנדיקע שיינקייט.
ער פֿלעגט מאַכן קונסט פֿון געוויינטלעכסטע און באַשיידנסטע חפֿצים. צוויי פּשוטע האַקשיסלען האָבן אים געדינט ווי רונדע, קאָנקאַווע אויבערפֿלאַכן — פֿאַר דער שילדערונג פֿון מיטאָלאָגישע סצענעס. אויף איינער האָט ער אָנגעמאָלט אַ פֿאַנטאַסטישן, גאָלדענעם לייב, וואָס ברומט אויף זײַן אייגענעם וויידל. דער לייב סימבאָליזירט מיט זיך סײַ דעם לייב פֿון יהודה, סײַ די צווייטע העלפֿט פֿון משה־לייבס אייגענעם נאָמען.
וווינענדיק אין אַן אָרעמער דירה, האָט האַלפּערן באַפּוצט מיט זײַנע מאָלערײַען דאָס הילצערנע, אָפּגעניצטע מעבל, וואָס די משפּחה האָט זיך געקענט דערלויבן, כּדי צו פֿאַרדעקן די קראַצן און ראַצן. די קאָמאָדע, למשל, האָט ער געמאַכט גרין. ווײַל דער זילבער־אונטערשלאַק פֿון דעם אָוואַל־שפּיגל איז זיך צום טייל צעפֿאַלן, האָט האַלפּערן אויף אַ שוואַרצן הינטערגרונט געמאָלט אַ סצענע מיט מענטשעלעך — אָדם און חווה, אַ מלאך, אַ בושל, וואָס טראָגט אינעם שנאָבל קינדער־ווינדעלעך — און אַלץ דערמאָנען אין שפּילוואַרג. אויפֿן שופֿלאָד פֿון דער קאָמאָדע ברילט אַ לייב און אַ יעגער שיסט אַ הירש. אויף דער זײַט — רײַטן צוויי מענער אויף שאָקל־פֿערדלעך. יעדע סצענע איז סײַ עפּעס קענטלעך, סײַ מיסטעריעז, קאָמיש און, צוליב דעם שוואַרצן הינטערגרונט, זעען אויס די פֿיגורן בולטער, און עס ברענגט זיי אַרײַן אין אַ מאָדערנעם לעבן.
מיט אַזאַ אַבסורדישן הומאָר האָט האַלפּערן געמאָלט דעם טיש, וואָס זײַן אויבערפֿלאַך לייגט זיך צונויף ווי פֿליגל. ער האָט אויף אים בכּיוון אַרויפֿגעלייגט "הילצערנע לאַטעס" און געמאַכט אַ "פֿאַלשן שפּאַלט".
האַלפּערן האָט איבערגעחזרט דעם מאָטיוו פֿון אָדם און חווהן אויף אַן אויסגעשניצטן האָלץ־טאָוול, וווּ ער האָט אָנגעשריבן מיט ייִדישע אותיות:
חווה גיט אָדמען אַן עפּל,
און די שלאַנג אויפֿן בוים —
און דער לייב פֿון אַ זײַט —
קוקן זיך צו.
די בילדער דערציילן אַ מעשׂה, ווי ס׳וואָלט געווען אַ פֿראַגמענט פֿון די פֿאָלק־מעשׂיות אין האַלפּערנס לידער.
האַלפּערן האָט באַצירט צוויי הויכע, געשניצטע שטולן מיט די קוביסטישע פֿיגורן פֿון מצרישע שקלאַפֿן, אַזוי אַז זיי זאָלן אויסזען, ווי טראָנען. ווי עס דערציילט זײַן זון, האָבן די דאָזיקע אומבאַקוועמע שטולן געטראָגן אויבן אַ פֿויגל־פֿײַפֿל; זיי זענען געשטאַנען אין קיך און אויף זיי זענען געלעגן אַטלעסנע קישעלעך, יעדעס מיט אַ גאָלדענעם קאַנט.
האַלפּערן פֿלעגט נישט נאָר באַצירן זײַן ביליק מעבל מיט מאָלערײַען, ער האָט אויך געשאַפֿן אַזעלכע קונסט־ווערק, ווי אַ קליין הילצערן פֿוסבענקל אין דער פֿאָרעם פֿון אַן "אַלף", און אַ לאָמפּ געמאַכט פֿון אַ געשניצטער בער־סקולפּטור. שטייענדיק אויף זײַנע הינטערשטע פֿיס, קוקט דער בער דורך די ברילן און דאַוונט פֿון אַ סידור, וואָס ליגט אויף אַ שטענדער. האַלפּערנס קונסט־ווערק ווײַזן אַרויס אַ וויציקן מאָדערניסטישן בליק אויף די טאָג־טעגלעכע זאַכן.
אַ לאָמפּ געמאַכט פֿון אַ געשניצטער בער־סקולפּטור |
אויף אַ שטאָף האָט דער מאָלער אויסגעשטעלט זעקס גאַליציאַנער שטעטל־טיפּן. הינטער זיי געפֿינט זיך אַן אַבסטראַקטער באַלאַגאַן — פֿענצטער, טרעפּ, דעכער, טירן און טעפּעכער. פֿון לינקס טראָגט אַ ייִד אין אַ גרינעם היטל אַ רויטע ספֿר־תּורה. לעבן אים שטייט אַ נידעריקער, אַ נאַקעטער פּאַרשוין, אין אַ שוויצבאָד; אָט וועט ער זיך אָנהייבן שמײַסן מיטן בערעזע־בעזעם איבערן לײַב און דערנאָך אויסגיסן אויף זיך דעם עמער וואַסער, וואָס ער טראָגט. נאָך אים קומט אַן אַלטער ייִד, אָנגעטאָן אין אַ לאַנגער גרויער קאַפּאָטע. ער שפּאַרט זיך אָן אין אַ שטעקן — מיט איין האַנט, און אונטערן אַנדערן אָרעם טראָגט ער אַ פֿעטע, ווײַסע גאַנדז. לעבן אים גייט אַ פֿרוי אין אַ לאַנג קליידל; זי פֿירט בײַ דער האַנט אַ ייִנגל, וואָס וויינט און וויל, אַפּנים, נישט גיין אין חדר אַרײַן. אויף רעכטס שטייט אַ בערדיקער ייִד אַ גבֿיר, אָנגעטאָן אין אַ מאַנטל פֿון גוט געוואַנט. ער איז צופֿרידן סײַ מיט זיך און סײַ מיט זײַן לעבן. הינטער אים הענגט אַ רײַך וואַנטגעוועב.
די דאָזיקע שטעטל־בילדער גיבן אונדז אָנצוהערן מעשׂיות, וואָס מע האָט קיין מאָל נישט דערציילט. אַזוי ווי אין זײַנע לידער, שטעלט האַלפּערן אויפֿן קאָפּ דאָס וואָס וואָלט אַנדערש אויסגעזען אַלט־געבאַקן און סענטימענטאַל. דורך זײַן מאָדערניזם קען ער שילדערן אַזעלכע פֿיגורן אָן נאָסטאַלגיע. זיי זאָגן אַן אמת, וואָס קיינער וויל אים נישט הערן: אָרעמקייט, איינזאַמקייט, בענקשאַפֿט, און טויט; אַזוי ווי דער "משה־לייב דער פּאָעט" פֿון האַלפּערנס באַרימט ליד "Momento Mori", וואָס רעדט וועגן דעם טויט צו "מענטשן פֿיל טויזנט", וואָס הערן נישט און פֿרייען זיך "אין וואַסער... ווילד מיט דעם לעבן".
האַלפּערנס קונסט און זײַן כּוח־הדמיון גיבן צו אַ נײַע סטרוקטור אונדזער אַלטער קולטור און פֿאָלקלאָר. איך פֿרעג זיך אָבער, וואָס וועט זײַן מיט די דאָזיקע אייגנאַרטיקע און ברעכיקע קונסט־ווערק? ווער וועט אָפּהיטן די דאָזיקע קונסט־אָביעקטן, כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן זיי קענען זען און פֿאַרשטיין? זייער שיינקייט און פּשוטע ערלעכקייט גיבן אונדז די מעגלעכקייט צו פֿאַרשטיין דאָס לעבן פֿון אַ ייִד, אַ קינסטלער, וואָס איז מיט הונדערט יאָר צוריק געקומען קיין אַמעריקע, און נישט געקוקט אויף דער אָרעמקייט, האָט ער מיט זײַן קינסטלערישן כּוח־הדמיון געשאַפֿן אַ גלענצנדיקן אוצר — פֿאַר זײַן אייגענער משפּחה און פֿאַר זײַן קולטור.
איך וויל באַדאַנקען פּראָפֿ׳ אײַזיק האַלפּערן פֿאַר זײַנע באַמערקונגען, קריטיק, טעלעפֿאָנישע אינטערוויוען און בליצבריוו וועגן די קונסט־ווערק פֿון משה־לייב האַלפּערן. די אילוסטראַציעס ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט מיט דער דערלויבעניש פֿון פּראָפֿ׳ האַלפּערן.