פּאָליטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס וואָרט "גלאָבאַליזאַציע" האָט פֿאַר מיר אַ פּערזענלעכן אינהאַלט. איך האָב צוויי בירגערשאַפֿטן — אַ בריטישע און אַ רוסישע. אמת, דער רוסישער פּאַס איז בײַ מיר שוין היפּש פֿאַרעלטערט געוואָרן, אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. אַרבעטן אַרבעט איך אין ניו-יאָרק, אָבער אונדזער משפּחה-נעסט איז אין אָקספֿאָרד. אין משך פֿון די קומענדיקע פֿיר חדשים וועל איך פֿאַרברענגען צו צוויי וואָכן אין איטאַליע און דײַטשלאַנד, און צו עטלעכע טעג אין שפּאַניע און רומעניע. פֿון רײַזעס קיין רוסלאַנד און אוקראַיִנע האָב איך זיך אָפּגעזאָגט — צוליב פֿוילקייט צי מידקייט, אַ פּנים. יעדן טאָג באַקום איך בליצבריוו פֿון כּלערליי ערטער, אָפֿט מאָל איז עס אַפֿילו ניט קלאָר וווּ דער אַדרעסאַט געפֿינט זיך אין דעם מאָמענט. פּונקט אַזוי איז "גלאָבאַל" מײַן אייגענער אינטערנעץ-אַדרעס.

מײַנע קולטורעלע און פּאָליטישע אינטערעסן זײַנען אויך גאַנץ גלאָבאַלע. ווען איך געפֿין זיך אין אַמעריקע, לייען איך דעם "ניו-יאָרק טײַמס" און קוק די אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. אין ענגלאַנד, שליס איך זיך איבער אויף דעם לאָנדאָנער "טײַמס" און דער בריטישער טעלעוויזיע. עטלעכע רוסישע טעלעוויזיע-קאַנאַלן האָב איך סײַ אין ניו-יאָרק, סײַ אין אָקספֿאָרד. איך רעד שוין ניט וועגן אינטערנעץ, וווּ די אינפֿאָרמאַציע האָט ניט קיין סוף.

מײַן משפּחה האָט אַ מאָל געלעבט אין אוקראַיִנע, און שפּעטער זיך אַ ביסל צעשפּרייט אין רוסלאַנד. איצט האָב איך נאָך אַלץ זייער נאָענטע קרובֿים אין ביידע לענדער, אָבער מײַנע נאָענטע וווינען אויך אין ענגלאַנד, ישׂראל און אַמעריקע. איך רעד שוין ניט וועגן שוועסטער־קינדער און זייערע קינדער, וועלכע האָבן זיך באַזעצט נאָך אין עטלעכע לענדער.

איך קען ברענגען נאָך אַנדערע סימנים פֿון לעבן אין אַ גלאָבאַליזירטער וועלט. אָבער בדרך-כּלל טראַכט איך אַפֿילו ניט וועגן דעם ווי "צעפֿלויגן" גייען דורך מײַנע יאָרן. אין אַזאַ וועלט עקזיסטירן דאָך אַ סך מענטשן, וואָס איך זע אַרום זיך. אַ שטייגער, אין פֿאַרגלײַך מיט מײַן איידעם בין איך גאָר אַ שטובזיצער. כ׳וועל אַפֿילו ניט אָנהייבן איבערצוגעבן זײַנע אינטערנאַציאָנאַלע מאַר­שרוטן. הקיצור, די וועלט איז געוואָרן "פֿלאַך", ווי עס האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אַפֿאָ­ריסטיש באַמערקט טאָמאַס פֿרידמאַן, דער קאָלומניסט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס".

איך האָב זיך פֿאַרטראַכט וועגן דער גלאָבאַליזאַציע בעת מײַן נסיעה קיין קיִעוו, וווּ מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ קאָנפֿערענץ מיט עטלעכע חדשים צוריק. איך בין געקומען אַהין מיט אַ טאָג פֿריִער, כּדי באַווײַזן אַ קוק טאָן אויף דער שטאָט, וואָס איך האָב ניט געזען אַ יאָר צוואַנציק. אָנגעקומען אין האָטעל, האָב איך נאָר איבערגעלאָזט דאָרטן די וואַליזקע און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. אין פֿאָיע פֿונעם האָטעל איז געשטאַנען אַ פֿרוי און געפֿרעגט בײַ די פֿאַרבײַגייער, צי זיי רעדן ענגליש. האָב איך זיך אָפּגערופֿן און איר געהאָלפֿן אויססדרן עפּעס אַן ענין מיט דער אויפֿנעמערין.

אויף דער נאַכט, ווען איך בין אַרײַן אין דעם רעסטאָראַן אויפֿן ערשטן שטאָק פֿונעם האָטעל, האָט די דאָזיקע פֿרוי מיך באַמערקט און געבעטן איך זאָל זיך צוזעצן צו איר טישל. אַגבֿ, קיין ראָמאַנטישע גע­שיכ­טע הייבט זיך דאָ ניט אָן. די רייד גייט טאַקע וועגן גלאָבאַליזאַציע. גערופֿן האָט זי מיך, ווײַל זי האָט אין משך פֿון אַ וואָך ניט געהאַט מיט וועמען צו רעדן ענגליש. און קיין שטומע איז זי, לויט אַלע סימנים, ניט געווען. כּל-זמן איך האָב געגעסן די אוקראַיִנישע געריכטן, האָט זי אויף מיר אַרויסגעגאָסן די מעשׂה פֿון איר לעבנסוועג.

די פֿרוי (איך האָב אַפֿילו ניט געפּרוּווט צו פֿאַרגעדענקען איר נאָמען) איז געבוירן געוואָרן אין כינע. זי איז געווען אַ קליין קינד, ווען אירע עלטערן האָט זיך אײַנגעגעבן צו שוואַרצן די גרענעץ מיט האָנג-קאָנג. דאָרטן האָבן זיי זיך אויך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן, ווײַל זייערע קרובֿים האָבן זיי גערופֿן קיין נײַ-זילאַנד, וווּ מײַן מיטשמועסערין איז אויסגעוואַקסן. ווײַטער האָט זי אַ סך פּרטים דורכגעלאָזט, און איך האָב ניט איבערגעפֿרעגט, ווײַל עס האָט מיך ווייניק אינטערעסירט. און מיד בין איך אויך געווען — פֿון פֿאָרן, בײַטן די צײַט און שפּאַצירן איבער דער שטאָט.

אַזוי צי אַזוי, האָט זיך די פֿרוי סוף-כּל-סוף באַזעצט אין אויסטראַליע, אין אַן אויסרײַסעניש. זי איז אַ מוטער פֿון צוויי קינדער. געאַרבעט האָט זי ווי אַן אויפֿראַמערין אָדער עפּעס אַזוינס. אויף אַזאַ אופֿן וואָלט עס אפֿשר געגאַנגען ווײַטער, אָבער אַ באַקאַנטע אירע האָט זי גענומען אײַנרעדן צו שאַפֿן אַ "סושי"-געשעפֿט, ווײַל איר "סושי" האָבן אַלע געלויבט אין הימל אַרײַן. האָט זיך אַזאַ געשעפֿט אָנגעהויבן תּחילת אין איר קיך און איז אין גיכן אַריבער אין איר גאַראַזש, וווּ עס האָבן שוין געאַרבעט עטלעכע מענטשן. איר "סושי" האָט מען באַשטעלט אין אַ צאָל רעסטאָראַנען און קראָמען. אין אַ צײַט אַרום איז דער גאַראַזש שוין געוואָרן ענג פֿאַר דעם מאַרק, וואָס האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר אָט די מאכלים — פֿיר מינים "סושי". ס׳איז געוואָרן קלאָר, אַז אָדער מע דאַרף האָבן מער מענטשן, אָדער מע דאַרף קויפֿן אַ מאַשין.

די נייטיקע מאַשין האָט מײַן באַקאַנטע געפֿונען אין דרום-קאָרעע. האָט זי אָנגע­קלונגען אַהין און געפֿרעגט, צי זי קען קומען, כּדי אַ קוק טאָן, ווי די דאָזיקע מאַשין אַרבעט. אָבער אין דער פֿאַבריק האָט מען איר געגעבן אַן אַנדער עצה, דהײַנו: זי זאָל פֿאָרן אַזש אין אוקראַיִנע, קיין קיִעוו, ווײַל דאָרטן איז דאָס בעסטע אָרט צו זען ווי די טעכנאָלאָגיע אַרבעט. אַזוי האָט זיך די "סושי"-פֿרוי באַוויזן אין אייראָפּע — צום ערשטן מאָל אין איר לעבן.

איך וואָלט די גאַנצע מעשׂה אויפֿגענומען אַזוי ווי זי שטייט און גייט, טאָמער די פֿרוי וואָלט ניט אַ קלאַפּ געטאָן אין מײַן טיר, ווען איך האָב שוין געהאַלטן בײַם ערשטן עפּיזאָד פֿון מײַן חלום. האָב איך זיך אָנגעטאָן און געעפֿנט די טיר. שטייענדיק אויף דער שוועל, האָט זי גענומען מיך אַגיטירן כ׳זאָל נעמען בײַ איר כּלערליי מאַטעריאַלן וועגן דער "סאַיענטאָלאָדזשי"-רעליגיע. איך האָב זיך קוים פֿון איר אָפּגעטשעפּעט. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דאָס איז טאַקע געווען איר הויפּט-שליחות, ווײַל — ווען מע טראַכט מיט אַ ניכטערן קאָפּ — צו פֿליִען צענדליקער שעה צוליב "סושי" אין קיִעוו, קלינגט אַן ערך אַזוי ווי צו פֿאָרן קיין מאָסקווע, כּדי איבערצונעמען די דערפֿאַרונג פֿון דעמאָקראַטיזירן די געזעלשאַפֿט.

אָבער אַזוי צי אַזוי — "סושי" צי "סאַיענ­טאָלאָדזשי" — איז עס זיכער גלאָבאַ­לי­זאַציע.