חורבן
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿרויען ווערן טאַטויִרט גלײַך נאָכן אָנקומען אין אוישוויץ (צייכענונג פֿון יאַן קאָמסקי)
פֿרויען ווערן טאַטויִרט גלײַך נאָכן אָנקומען אין אוישוויץ (צייכענונג פֿון יאַן קאָמסקי)
אין "יד־ושם" אין ירושלים איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "פֿרויען אינעם חורבן". די אויס­שטעלונג שילדערט דעם קאַמף איבער­צולעבן דעם חורבן פֿון קוקווינקל פֿון פֿרויען: איבערלעבונגען פֿון מיליאָנען פֿרויען, וועלכע זענען גערודפֿט, פֿאַר­פּײַ­ניקט און דערמאָרדעט געוואָרן. עס ווערן אַנטפּלעקט אין דער אויסשטעלונג די מענטשלעכע, ווײַבלעכע איבערלעבונגען הינטער די היסטאָרישע פֿאַקטן. פֿון אַ ריין ווײַבלעכער פּערספּעקטיוו ווערן גע­שיל­דערט פּראָבלעמען פֿון ליבע, מוטערשאַפֿט, גלויבן, שאַפֿערישקייט, חבֿרשאַפֿט און אַנ­דערע טעמעס, אין אַ צײַט, ווען די צי­וויליזאַציע און מענטשלעכקייט האָבן מער נישט עקזיסטירט.
מיר קוקן אויף די בילדער און מיר זעען די ייִדישע פֿרוי אין איר טאָג־טעגלעכן עקזיסטענץ־קאַמף אין געטאָ — איר זאָרג פֿאַר אירע קינדער און איר שטרעבונג צו פֿאַרזיכערן פֿאַר זיי נאָך אַ טאָג לעבן. די ייִדישע פֿרוי איז געווען אַ שותּף צו די מענער אין די אויפֿשטאַנדן, זי האָט דורכגעפֿירט שווערע אַרבעטן, גענוי ווי די מענער, אין די לאַגערן פֿאַר צוואַנגס־אַרבעט און איז געגאַנגען הונדערטער קילאָמעטער אין די טויט־מאַרשן. זי האָט זיך אָפֿט מאָל אויסגעצייכנט מיט אַ שטאַרקער וויטאַליטעט, מיט אָפּטימיזם און מיט אַ ווײַבלעכער אייגנשאַפֿט צו אַנטלויפֿן אין איר פֿאַנטאַזיע אין אַנדערע וועלטן; און מיט אַ פֿעיִקייט צו שאַפֿן אינטימע חבֿרשאַפֿט אין די טראַגישע אומשטאַנדן.
יהודית ענבֿר, דירעקטאָרין פֿון מוזיי אין "יד־ושם", קלערט אויף: "אַנשטאָט צו שילדערן, ווי אַזוי די נאַציס און זייערע העלפֿער האָבן געפּײַניקט די ייִדישע פֿרויען, האָבן מיר באַשלאָסן אַרויסצוברענגען דעם ברייטן ספּעקטרום פֿון מעשׂים און רעאַקציעס פֿון די דאָזיקע פֿרויען צו די טראַגישע אומשטאַנדן. די פֿרויען זענען גע­ווען געשפּאָלטן צווישן זייער אַחריות צו דער משפּחה — צו זייער מאַן און צו זייע­רע קינדער — פֿון איין זײַט, און צו זייערע עלטערע טאַטע־מאַמע — פֿון דער צווייטער זײַט. ווײַיבלעכקייט איז דער סאַמע וויכטיקסטער אַספּעקט פֿון דער אידענ­טיטעט פֿון אַ פֿרוי. למשל, ווען די נאַ­ציס האָבן אָפּגעשניטן די האָר בײַ אַ פֿרוי, האָבן זיי גלײַכצײַטיק דערמיט פֿאַרניכט איר ווײַבלעכע אידענטיטעט".
דער געדאַנק צו ווידמען אַן אויסשטע­לונג דער פֿרויען־טעמע איז צו שטאַנד געקומען, אַ דאַנק דער פֿאָרש־אַרבעט פֿון יהודית ענבֿר, וועלכע האָט אויסגעפֿאָרשט פֿרויען אין פֿאַרלויף פֿון עט­לעכע יאָר. זי האָט גע­זאַמלט עדות־דער­קלערונגען און פֿאַר­שיידענע אָביעקטן. און ווי די אויס­שטע­לונג באַווײַזט, אויך אין דער צײַט, ווען דאָס לעבן האָט זיך אָפּ­געשטעלט, איז דער קאַמף פֿון פֿרויען גע­ווען אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם קאַמף אויף איבערצולעבן דעם חורבן.
די פֿרוי אין דער אויסשטעלונג איז נישט נאָר אָ קרבן אָדער אַ מאַרטירערין. אין דעם קלייד מיט די פּאַסן איז געווען פֿאַרבאָרגן אַ פֿרוי, וואָס אין די שוידערלעכסטע מאָמענטן פֿון איר לעבן, אָן האָר און אָן איר נאַטירלעכער ווײַבלעכקייט, האָט זי נישט געוואָלט מוותּר זײַן. יהודית ענבֿר דערקלערט: "נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי האָבן דורכגעמאַכט די שווערסטע פֿיזישע און מאָראַלישע רדיפֿות, האָבן זיי דאָך פֿונקציאָנירט ווי מאַמעס, ווי טעכ­טער פֿון עלטערע טאַטע־מאַמעס, ווי מענטשן".
כּמעט יעדע אַקציע קעגן די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן איז געווען פֿאַרבונדן מיט אַ טויט־געפֿאַר. די ייִדן האָבן נישט געהאַט קיין שום אויסזיכט זיך צו ראַטעווען דורכן קאַמף. די פֿרויען, כּל־זמן זיי זענען געווען אין די ראַמען פֿון אַ משפּחה, איז פֿאַר זיי די מעגלעכקייט צו קעמפֿן געווען אוממעגלעך. בלויז די יונגע מיידלעך, וועלכע האָבן אויף זייערע פּלייצעס נאָך נישט געטראָגן די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿון אַ משפּחה, האָבן געקענט זיך אָנשליסן אין דער אונטערגרונט־באַוועגונג אָדער קעמפֿן דורך אַנדערע מיטלען. און דאָך האָבן איינצלנע פֿרויען זיך באַטייליקט אין אַן אַקטיוון קאַמף, למשל, אין וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, אָדער אין סאַבאָטאַזש־אַקטן אין קראָקע, אָדער אין די איינצלנע גרופּעס פֿון פּאַרטיזאַנער.
אין אונטערגרונט האָבן די פֿרויען גע­שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַ די רעטונגס־אַקציעס, ספּעציעל פֿאַר קינדער, וועלכע זע­נען אויסבאַהאַלטן געוואָרן, מיטן ציל זיי אַריבערצושמוגלען אין נייטראַלע לענ­דער.
מרים וואַטערמאַן, געבוירן אין יאָר 1916, איז געווען אַקטיוו אין דער האָלענ­דישער אונטערגרונט־באַוועגונג צו ראַטע­ווען קינדער. איר אויפֿגאַבע איז געווען אויסצוגעפֿינען ייִדישע קינדער, וואָס זייע­רע עלטערן זענען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין וועסטערבורק און זיי ברענגען צו דער באַן־סטאַנציע אין אַמסטערדאַם. מרים פֿלעגט קומען צו דער באַן־סטאַנציע מיט אַ קינדער־וועגעלע און וואַרטן דאָרט אויף דער פֿאַרבינדונגס־פֿרוי, וועלכע האָט דאַן אַריבערגעפֿירט די דאָזיקע קינדער צו משפּחות אָדער אינסטיטוציעס, וווּ מען האָט זיי אויסבאַהאַלטן. מרים האָט נישט געוווּסט, וווּ די קינדער ווערן אַרי­בערגעפֿירט און נישט געקענט די פֿרוי, וועלכע האָט בײַ איר צוגענומען די קינדער. שפּעטער האָט מען מרימען געכאַפּט און זי פֿאַרשיקט קיין בערגען־בעלזען. נאָך דער באַפֿרײַונג איז מרים געווען טעטיק בײַם געפֿינען די קינדער און אַריבערפֿירן זיי צו די ייִדישע אינסטאַנצן. די פֿאַרבינדונגס־פֿרוי האָט געהייסן העטי פֿאַוטאַ. נאָך דער מלחמה האָט זי באַקומען די אויסצייכענונג פֿון "חסידי־אומות־העולם."
ד"ר ראָזאַ שאַבאַד־גאַווראָנסקאַ איז גע­ווען איינע פֿון די חשובֿסטע קינדער־דאָקטוירים אין ווילנע. איר מאַן איז אויך געווען אַ דאָקטער. זי האָט געהאַט צוויי טעכטער. אין געטאָ איז זי געווען אַ מיטגליד אין "יודענראַט" און אין די ראַמען פֿון איר טעטיקייט האָט זי געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר קינדער ביז 7 יאָר. זי האָט געגרינדעט אין געטאָ אַ קינדער־גאָרטן, וווּ די קינדער האָבן באַקומען עסן און מעדיצינישע פֿאַר­זאָרגונג. עס איז פֿאַרטיילט געוואָרן מילך פֿאַר די גאָר קליינע עופֿעלעך. זי האָט אויך געגרינדעט אַ צענטער פֿאַר קינדער, וואָס זייערע עלטערן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין פּאָנאַר.
זי איז אומגעבראַכט געוואָרן אין מײַ­דאַ­נעק אין 1943.
סטעפֿאַניאַ ווילטשענסקאַ איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן יתומים־הויז פֿון ד"ר קאָרטשאַק אין וואַרשע. בײַם אויס­בראָך פֿון דער מלחמה זענען דאָרט גע­ווען 150 יתומים. פֿון 1935 ביז 1939 האָט זי געלעבט אין ארץ־ישׂראל, אין קיבוץ עין־חרוד. אין 1939 האָט דער קיבוץ מצליח געווען צו שאַפֿן פֿאַר סטעפֿאַניאַ אַ דערלויבעניש צו פֿאַרלאָזן פּוילן. זי האָט זיך אָפּ­געזאָגט און איז צוזאַמען מיט ד"ר קאָרטשאַק און די קינדער אַוועק אין געטאָ. אין אויגוסט 1942 איז די גאַנצע מאַנשאַפֿט, צוזאַמען מיט 192 יתומים דעפּאָרטירט געוואָרן אין פֿאַרניכטונג־לאַגער. קיינער פֿון זיי איז נישט געבליבן לעבן.
זעלמאַ מערבאַום־אײַזינגער איז געבוירן געוואָרן אין 1924 אין טשער­נאָוויץ, בוקאָווינע. ווי אַ קינד, האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע. אין אָקטאָבער 1941, בעת דער נאַ­צישער אָקופּאַציע, איז זעלמאַ און אירע עלטערן פֿאַרטריבן געוואָרן אין געטאָ. אין חודש יוני 1942 האָט מען די משפּחה פֿאַרשיקט קיין טראַנסניסטריע, אין לאַגער מיכאַילאָווקאַ, וווּ עס האָט געהערשט הונגער און טעראָר מצד די דײַטשן און די אוקראַיִנער. אין חודש יולי האָט זעלמאַ אָנגעשריבן דעם לעצטן בריוו צו איר חבֿרטע. זי איז געשטאָרבן פֿון טיפֿוס דעם 16טן דעצעמבער 1942. אירע עלטערן זענען געשטאָרבן אַ קורצע צײַט נאָך איר. איר חבֿר לייזער האָט אויפֿגעהיט אירע לידער אין לאַגער ביז 1944 און דאַן זיי אַריבעגעשיקט צו זעלמאַס חבֿרטע אין טשערנאָוויץ. אין ישׂראל האָט איר לערער, הערש סעגאַל, זיי איבערגעזעצט פֿון דײַטש אויף ייִדיש און צווישן אַנדערע, האָט לייבו לעווין אָנגעשריבן מוזיק צו זעלמאַס לידער.
דיטאַ האָט געמיינט, אַז קיין איין ייִד וועט נישט איבערלעבן דעם חורבן. דעריבער איז פֿאַר איר געווען וויכטיק צו פֿאַרשרײַבן ייִדישע תּפֿילות — עס זאָל בלײַבן אַ זכר. זי האָט די תּפֿילות געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות. דיטאַ איז געבוירן געוואָרן אין 1930 אין ווין, עסטרײַך. אין 1939 איז די משפּחה אַנטלאָפֿן קיין אונגערן און פֿון דאָרט זענען זיי פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ־בירקענאַו אין 1944. איר מוטער העדי איז געלונגען צו באַהאַלטן אויף איר קערפּער איין זײַט פֿון אַ סידור וואָס זי האָט מיטגעבראַכט מיט זיך קיין אוישוויץ. אין אוישוויץ האָט העדי אַדאָפּטירט אַ מיידל פֿון 15 יאָר, סוזאַנאַ וועבער, וועמענס משפּחה איז דערמאָרדעט געוואָרן. אין לאַגער האָט דיטאַ פֿאַרשריבן די תּפֿילות אויף צעטעלעך. דיטאַ, איר מוטער און סוזאַנאַ זענען באַפֿרײַט געוואָרן אין לײַפּציג און עולה געווען קיין ישׂראל. אין איר עדות־דערקלערונג אין "יד־ושם" זאָגט דיטאַ: "ס'איז געווען איינע אַ פֿרוי, קלאַרי כּהנא, זי האָט געדאַוונט טאָג און נאַכט. איך האָב זיך צוגעהערט און געטראַכט, אַז איך וועל פֿאַרשרײַבן די תּפֿילות כּדי מען זאָל וויסן, אַז דאָ זענען געווען ייִדישע פֿרויען".