געשיכטע, רעליגיע
פֿון משה ‫פֿײַערשטיין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ר’ משה פֿײַערשטיין איז געבוירן געוואָרן אין שוועדן און האָט שטודירט אין פֿאַרשידענע אוניווערסיטעטן און ישיבֿות פֿון אַמעריקע און ישׂראל. ער האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿונעם טעמפּל־אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע; ער איז געווען אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מערילענד, קאָרנעל־אוניווערסיטעט, הויכשול פֿאַר ייִדישע שטודיען אין הײַדלבערג און אַנדערע אינסטיטוציעס. ביזן יאָר 2000 האָט ער געדינט ווי אַ טשאַפּלען אין דער אַמעריקאַנער מיליטערישער אַוויאַציע.

ר’ פֿײַערשטיין איז דער מחבר פֿון זיבן ביכער און העכער ווי איין הונדערט אַרטיקלען וועגן ייִדישער רעליגיעזער געשיכטע און ליטעראַטור.


די פּובליקאַציע פֿון דעם ספֿר "זוהר" אין מאַנטואַ און קרעמאָנאַ אין 1558—1560 האָט געמאַכט די קבלה צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן ייִדישן ציבור. די טעאָלאָגישע באַגריפֿן, מעשׂיות און מינהגים פֿונעם "זוהר" און אַנדערע קבליסטישע ספֿרים זײַנען אין גיכן געוואָרן אַ וויכטיקער חלק פֿון דער מוסר־ליטעראַטור אויף לשון־קודש. דער ווייניק־באַקאַנטער אַספּעקט פֿון דער קבלה־געשיכטע, האָט צו טאָן מיט איר השפּעה אויף דער רעליגיעזער ליטעראַטור אין ייִדיש, וואָס איז געווען באַשטימט פֿאַר "פֿרוינען און פּראָסטע מענער". די דאָזיקע ברייטע קאַטעגאָריע איז כּולל געווען יענע מענטשן, וועלכע האָבן ניט געקאָנט לייענען רבנישע ספֿרים אויף לשון־קודש און פֿאַרשטיין דעם תּרגום־לשון.

דער ספֿר "קבֿ־הישר" פֿון ר׳ צבֿי הירש קוידאַנאָווער (פֿראַנקפֿורט אויף מײַן, 1705) ווערט אָפֿט־מאָל דערמאָנט ווי דער קערפּונקט אין דער געשיכטע פֿון פּאָפּולאַריזירן די קבליסטישע באַגריפֿן אין דער רעליגיעזער ליטעראַטור אויף ייִדיש. אָבער ווען מען באַטראַכט עטלעכע וויכטיקע מוסר־כּתבֿים אויף ייִדיש פֿון דער צווייטער העלפֿט 16טן יאָרהונדערט און דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, זעט מען, אַז דער ספֿר "זוהר" און אַנדערע קבליסטישע ספֿרים זײַנען שוין געווען באַקאַנט מער ווי איין הונדערט יאָר פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿון דעם "קבֿ־הישר". אַ סבֿרה, אַז די דאָזיקע פּובליקאַציע איז געווען נישט דער אָנהייב, נאָר דער שפּיצפּונקט פֿון אַ לאַנגער ליטעראַרישער טראַדיציע.

עס זײַנען פֿאַראַן היסטאָרישע גבֿית־עדות, אַז די אַשכּנזישע ייִדן, אַפֿילו פּראָסטע באַלעבאַטים, האָבן געהאַט אַן אינטערעס צו דער קבלה שוין אין דער מיט פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. וועגן דעם זאָגט, למשל, ר׳ משה איסרלש אין זײַן "תּורת־העולה":

אַ סך פּראָסטע לײַט לויפֿן צו לערנען זיך דעם ענין פֿון קבלה, ווײַל דאָס איז זייער באַגער [...] ניט נאָר די תּלמידי־חכמים זײַנען אויסן צו פֿאַרשטיין די קבלה, אָבער אויך די פּשוטע בעלי־בתּים, וואָס פֿאַרשטייען ניט קיין אונטערשיד צווישן דעם לינקס און דעם רעכץ, און וואַלגערן אין פֿינצטערניש, ניט וויסנדיק אַפֿילו, ווי אַזוי אויסצוטײַטשן די פּרשה פֿון דער וואָך אָדער אַ פּרק מיט רשי — זיי לויפֿן אויך צו לערנען זיך קבלה.

דער פֿאָרשער פֿון דער לשון־קודשדיקער ליטעראַטור יעקבֿ אלבוים האָט דערוויזן, אַז די אַשכּנזישע קבליסטישע טעקסטן פֿון יענער תּקופֿה האָבן געהאַט געוויסע כאַראַקטעריסטישע שטריכן. די מחברים זײַנען ניט געווען פֿאַראינטערעסירט אין טעאָלאָגיע לשמה, נאָר האָבן געזוכט, ווי אַזוי אַרײַנצוברענגען קבליסטישע מעשׂים און הילכות אינעם אַלגעמיינעם געברויך. זיי האָבן געהאַלטן די קבליסטישע באַגריפֿן פֿאַר הייליקע, און געגלייבט, אַז דורך קבליסטישע מעשׂים איז מען בכּוח צו דערגיין צו דבֿיקות און קדושה. די תּלמידי־חכמים זײַנען זיך נוהג געווען צו לערנען דעם "זוהר" בײַגלײַך מיט אַנדערע ספֿרים. די פּירושים, וואָס שטאַמען פֿון יענער תּקופֿה, פֿאַררופֿן זיך אויף קבליסטישע מקורים. די דרוקערײַען האָבן זיך גענומען פֿאַרן דרוקן די קבליסטישע ספֿרים, און אייניקע פֿון זיי זײַנען דעמאָלט דערשינען צום ערשטן מאָל.

אינעם יסוד פֿון דעם דאָזיקן קוק אויף קבלה ליגט אַ בינאַרער מאָדעל פֿון טעקסט־אויסטײַטשונג, וואָס מאַכט אַן אונטערשיד צווישן דעם פּשט און דעם סוד. אַזאַ מין מאָדעל געפֿינט מען שוין אין די כּתבֿים פֿון ר׳ משה קורדובֿרו (1522—1570). דאָס לאָזט דערקלערן, פֿאַר וואָס עס איז באַרעכטיקט צו רעדן וועגן קבלה און קבליסטישע השפּעות אַפֿילו אין די פֿאַלן, ווען עס איז ניטאָ קיין אינטערעס אין "ספֿירות" און אַנדערע טעאָסאָפֿישע באַרגיפֿן. און הגם מען געפֿינט ניט קיין טעאָסאָפֿישיע קבליסטישע באַגריפֿן אין די טעקסטן, וואָס איך וועל ווײַטער אַנאַליזירן, האָבן זיך די מחברים פֿון יענע ספֿרים דירעקט פֿאַררופֿן אויף דער קבלה און דעם "זוהר". די קבליסטישע באַגריפֿן, וואָס ווערן יאָ דערמאָנט אין דער דאָזיקער ליטעראַטור, געהערן צו דער קאַטעגאָריע פֿון דער קבליסטישער ליטורגיע און ניט צו דער קבליסטישער טעאָסאָפֿיע. אָבער ווי עס האָבן דערוויזן משה אידל און אַנדערע פֿאָרשער, האָבן די דאָזיקע באַגריפֿן געשפּילט פּונקט אַזאַ חשובֿע ראָלע, ווי די טעאָסאָפֿישע השׂגות.

איך בין אויסן צו טענהן, אויפֿן סמך פֿון די טעקסטן, וואָס איך ברענג אונטן, אַז די קבלה בכלל און דער "זוהר" בפֿרט זײַנען געווען באַקאַנט דעם אַשכּנזישן ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, שוין סוף 16טן יאָרהונדערט. ער — אָדער אַפֿילו זי — האָט געוווּסט, אַז די רייד גייט דערבײַ וועגן עפּעס, וואָס איז זייער חשובֿ און הייליק. מען האָט אויך געוווּסט, אַז צו פֿאַרטיפֿן זיך אין די "סודות פֿון דער קבלה" איז פּאַסיק נאָר פֿאַר די גרעסטע תּלמידי־חכמים און רבנים. מען האָט אויך געוווּסט, אַז אַ מינהג, וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט דער קבלה, האָט געהאַט אַ באַזונדערע קדושה. דאָס דערקלערט די מערקווירדיקע דערשײַנונג, וואָס מען טרעפֿט זי דאָ און דאָרטן אין די ספֿרים. דער מחבר דערמאָנט צומאָל אַ געוויסן מינהג אָדער אַן איסור, וואָס מען געפֿינט שוין אין גמרא. אָבער כּדי צו באַרעכטיקן אָט דעם מינהג אָדער איסור, ברענגט מען אַן אַסמכתּא פֿון דעם "זוהר" אַנשטאָט דער גמרא. אַזאַ פּראַקטיק איז להיפּוך צו דער טראַדיציע. דאָס איז אַ ראיה דערפֿון, אַז אין די אויגן פֿון די אַשכּנזישע רבנים איז דער "זוהר" געשטאַנען העכער איידער אַפֿילו די אַלטע מדרשים.

דער באַנוץ פֿון געהיימע טעקסטן ווי אַ קוואַל פֿאַר רעליגיעזע גלויבענישן און מעשׂים האָט אַ לאַנגע געשיכטע בײַ די אַשכּנזישע ייִדן. אויף דעם געפֿינט מען באַווײַזן שוין בײַ די מיטל־אַלטערלעכע חסידי־אַשכּנז אין דײַטשלאַנד. בײַ זיי האָט די געהיימע טעאָלאָגיע געהערט צו דעם רשות פֿון דער קליינער רבנישער עליט און האָט געדינט ווי אַ יסוד פֿאַר כּלערליי רעליגיעזע ריטואַלן און מאַגישע גלויבענישן פֿונעם פֿאָלק. אַזאַ מין טאָפּלטער צוגאַנג צו דער געהיימער תּורה בײַ די חסידי־אַשכּנז וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ מוסטער אויפֿצונעמען דעם "זוהר" אין דער אַשכּנזישער פֿאָלקסטימלעכער קולטור מיט עטלעכע יאָרהונדערט שפּעטער. זינט דעם סוף פֿונעם 16טן יאָרהונדערט פֿאַרבײַט דער "זוהר" דעם "ספֿר־חסידים" און אַנדערע ספֿרים פֿון חסידי־אַשכּנז און ווערט דער הויפּטקוואַל פֿון די רעליגיעזע פֿאָלקס־גלויבענישן. פּונקט אַזוי פֿאַרנעמען ר׳ שמעון בר־יוחאי און ר׳ יצחק לוריא דאָס אָרט פֿון ר׳ יהודה החסיד און אַנדערע חסידי־אַשכּנז ווי די סאַמע חשובֿע "הייליקע" בײַם פֿאָלק. דער דאָזיקער פּראָצעס פֿון בײַטן האָט געדויערט ביזן סוף פֿונעם 17טן יאָרהונדערט.

דער ספֿר "בראַנטשפּיגל"

אַ בולטער בײַשפּיל פֿון דער השפּעה פֿון קבלה אויף דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור איז דער ספֿר "בראַנטשפּיגל" (קראָקע, 1596) פֿון ר׳ משה הנוכס אַלטשול־ירושלמי פֿון פּראָג, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר די ערשטע ענציקלאָפּעדיע פֿון עטיק און רעליגיע אויף ייִדיש. אין דער הקדמה צו דעם ספֿר דערקלערט דער מחבר דעם צוועק פֿון זײַן חיבור און פֿאַררופֿט זיך אויף דער קבלה ווי אויף אַ פּאָפּולערן קאָמפּאָנענט פֿון רבנישע דרשות.


עס זײַנען אויך פֿאַראַן עטלעכע מענטשן, וואָס קאָנען ניט קומען אַלע צײַט צו די דרשות [...] און ווען זיי שוין יאָ גייען, איז עס ווייניק נוץ. זיי פֿאַרשטייען ניט אַלץ, וואָס מען דרשנט, ווײַל מען זאָגט פּשטים פֿון דער סדרא און ברענגט מדרשות און אגדות מײַסטנס אין לשון־קודש. ניט יעדער איינער קאָן דאָס פֿאַרשטיין, מכּל שכן ווען מען רעדט פֿון תּרגום אָדער קבלה. [פּרק 1]

אַ סבֿרה, אַז ווען דער מחבר רעדט מכּוח דעם תּרגום־לשון און דער קבלה, האָט ער אין זינען דווקא דעם "זוהר", וואָס איז אָנגעשריבן אויף אַראַמיש, דאָס הייסט, אויף תּרגום־לשון. דערנאָך דערמאָנט דער מחבר נאָך איין סיבה פֿאַר זײַן אינטערעס אין קבלה׃

עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך שיינע ספֿרי־מידות אין טײַטש, אָבער עס שטייט אין זיי גאָר ניט וועגן די טובֿות פֿון יענער וועלט אָדער וועגן די שטראָפֿן פֿון גיהנום. די גרויסע חכמים פֿון קבלה לערנען און שרײַבן וועגן דעם, אָבער ניט יעדער איינער, וואָס איז גלײַך צו מיר, קאָן דאָס פֿאַרשטיין. דאָ שרײַב איך דאָס בוך פֿאַר ווײַבער און מענער אַזאַ ווי איך, וואָס קאָנען ניט גרינדלעך לייענען און פֿאַרשטיין די ספֿרים אויף לשון־קדוש און די דרשות, וואָס מען דרשנט אַלע שבתים. [פּרק 3]

ווי עס קומט אַרויס פֿונעם מחברס דערקלערונגען פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס ער האָט אָנגעשריבן דעם ספֿר "בראַנטשפּיגל", האָבן די פֿריִערע ייִדישע ספֿרים ניט גערעדט וועגן עולם־הבאָ אָדער גיהנום. דאָס קלינגט מאָדנע, ווײַל די ליטעראַטור פֿון חסידי־אַשכּנז האָט ספּעציעל באַטאָנט די דאָזיקע ענינים. די פֿריִערע ייִדישע מוסר־ליטעראַטור, וואָס איז אַנטשטאַנען אונטער דער השפּעה פֿון חסידי־אַשכּנז, איז געווען פֿולגעפּאַקט מיט אַזאַ מין דאגות. דערפֿאַר איז דער מיין פֿון דער קריטיק ניט קלאָר. אפֿשר איז דאָס אַ רמז אויף נײַע קבליסטישע השׂגות, וואָס זײַנען געוואָרן פֿאַרשפּרייט אַרום יענער צײַט און פֿאַרביטן די עלטערע טראַדיציעס?

די פֿאַרבינדונג צווישן די קבליסטישע פּסוקים אין דעם "בראַנטשפּיגל" און דעם "זוהר" איז אַ קאָמפּליצירטער ענין. דער "בראַנטשפּיגל" האָט 57 אָנווײַזונגען אויף "חכמי הקבלה" און קבליסיטשע ספֿרים. אַלע אָנווײַזונגען, חוץ איינער, האָבן אַזוי אָדער אַנדערש צו טאָן מיטן "זוהר". דאָס רובֿ ציטאַטעס הייבן זיך אָן מיט די ווערטער "די חכמי־הקבלה זאָגן", און בלויז זעקס זאָגן בפֿירוש׃ "דער ׳זוהר׳ זאָגט".

אין אַ סך פֿאַלן, וווּ עס גייט די רייד וועגן די "מקובלים" אָדער "חכמי־הקבלה", קאָן מען געפֿינען דעם מקור פֿונעם דאָזיקן געדאַנק אָדער באַגריף אינעם "זוהר". אָבער כּדי צו קענען באַקומען אַ באַשטימטע דעה וועגן דער באַציִונג פֿון די דאָזיקע פּסוקים מיטן "זוהר" מוז מען פּרטימדיק אַנאַליזירן יעדן פּסוק אין זײַן קאָנטעקסט. פֿון דעסטוועגן, פֿירט אַן אַלגעמיינער איבערזיכט פֿון אָט די אַלע פּסוקים צו אַ וויכטיקער אָבסערוואַציע. אין קיין שום פּסוק געפֿינט מען ניט קיין רמז אויף עפּעס, וואָס האָט צו טאָן מיט די ספֿירות. דער טעאָסאָפֿישער אַספּעקט פֿון דער קבלה פֿעלט דאָ אין גאַנצן. אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע איז אויך ווי געטרײַ און אַקוראַט זײַנען די ציטאַטעס פֿונעם "זוהר" אין דעם ספֿר "בראַנטשפּיגל"? אין איין פֿאַל, למשל, ווערט די שכינה פֿון "זוהר" פֿאַרביטן מיט מלאכים אינעם "בראַנטשפּיגל". גאַנץ אָפֿט ווערט די קבליסטישע ציטאַט באַגלייט מיט אַ ציטאַט פֿון גמרא, וואָס זאָגט די זעלבע זאַך. צומאָל פֿאַררופֿט זיך דער ספֿר "בראַנטשפּיגל" אויף דער קבלה, כּדי צו באַרעכטיקן אַ גוטע מידה אַפֿילו אין דעם פֿאַל, ווען עס איז פֿאַראַן אַ בפֿירושער פּסוק אין תּנ״ך, וואָס זאָגט בערך דאָס זעלבע.

אָט זײַנען עטלעכע בײַשפּילן פֿון די השׂגות אינעם "בראַנטשפּיגל", וואָס לאָזן זיך פֿאַרבינדן מיט קבליסטישע מקורים. כּלערליי מלאכים, שדים און בייזע רוחות פֿאַרנעמען אַ חשובֿן אָרט אין די קבליסטישע פּסוקים פֿונעם "בראַנטשפּיגל". די מלאכים זײַנען תּמיד לעבן דעם מענטשן, און שפּילן אַ געוויסע ראָלע אי אינעם עולם־הזה, אי אינעם עולם־הבא. ווען מען דאַוונט מיט אַ כּוונה און מע וויינט, נעמט דער מלאך די טרערן און ברענגט זיי אַרויף פֿאַרן אייבערשטן [פּרק 18]. אינעם עולם־הבא ווערן די נשמות פֿון צדיקים באַגריסט דורך די מלאכים, וואָס באַגלייטן זיי צום גן־עדן [פּרק 5].

צווישן די, וואָס ווערן ניט אַרײַנגעלאָזט אינעם גן־עדן, געפֿינען זיך אויך אַזעלכע מענטשן, וועלכע זאָגן ניט קיין "אָמן" נאָך אַ ברכה [פּרק 44]. די רשעים, וואָס קומען אין גיהנום, להבֿדיל, טרעפֿן דעם שומר, דעם מלאך מיטן נאָמען טפֿסרוני אָדער ססיפֿריתּא [פּרק 49]. די רשעים וועלן ניט האָבן קיין תּחית־המתים. דער מחבר דערמאָנט אָן דער קבליסטישער טראַדיציע, אַז יעדער מענטש פֿאַרמאָגט אַ קליין ביינדעלע בײַ דעם יסוד פֿון זײַן חוט־השדרה, וואָס איז אייביק. דער גאַנצער מענטש וועט מחיה־מתים ווערן פֿון אָט דעם ביינדל. אָבער אויב מען האָט שלעכטע מידות, ווערט דאָס ביינדל פֿאַרפֿוילט, און מען וועט ניט האָבן קיין תּחית־המתים אין משיחס צײַטן [פּרק 50].

דער מחבר געפֿינט קבליסטישע אסמכתּות פֿאַר די גלויבענישן וועגן דער השפּעה פֿון שדים און בייזע רוחות אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן. צוויי מינים מענטשן זײַנען באַזונדערס אָנקרייטיק צו די דאָזיקע השפּעות׃ פֿרויען און כּעסנים. דאָס גיין צו טבֿילה נאָך נידה איז אַ ספּעציעלע דאגה. די "טומאה פֿונעם שלאַנג [נחש־הקדמון]" קלעפּט זיך צו יענע פֿרויען, וועלכע זײַנען ניט אָפּגעהיט מיט זייערע נידה־טעג אָדער ווילן זיך ניט טובֿלען, כּדי צו באַשטראָפֿן זייערע מענער. נאָך מער, אויב אַ פֿרוי איז ניט מקפּיד אויף די צײַטן פֿון טבֿילה, קומען בייזע רוחות און בלאָזן אויף איר, און זי ווערט ווידער טמא [פּרק 35].

אַן אַנדערע צרה איז מיט די פֿרויען, וואָס גייען אַרום מיט ניט־געדעקטע האָר. דאָס קאָן גורם זײַן עפּעס שלעכטס, און זיי ברענגען מיט זיך אַהיים בייזע רוחות [פּרק 16]. ווען מען ווערט אין כּעס און מע זאָגט אַ בייז וואָרט, קומען די שדים און צעמזיקן דעם מענטשן. און ווען מען וואַרפֿט פֿון כּעס עפּעס אַ זאַך אין וואַסער אַרײַן, דעמאָלט פֿרייט זיך דער שׂטן, אַזוי ווי מען וואָלט אים געבראַכט אַ קרבן (פּרק 59). אַפֿילו דאָס שטיין אויף אַן אומריינעם אָרט און רעדן פּוסטע רייד קאָן צוציִען שדים און בייזע רוחות [פּרק 17].

דער מחבר פֿונעם "בראַנטשפּיגל" געפֿינט אין דעם "זוהר" אַ באַרעכטיקונג פֿאַר געוויסע רעליגיעזע מינהגים. דער, וואָס קומט אַלע מאָל אין שיל, הייסט אַ גאָטס־פֿאָרכטיקער (פּרק 39), אָבער דער, וואָס פֿירט זיך ניט ווי עס געהערט צו זײַן, און שרײַט אין דער שיל, האָט ניט קיין פֿאָרכט פֿאַר גאָט (פּרק 41). גאַנץ וויכטיק איז צו ווײַזן אָפּשײַ פֿאַרן עסנוואַרג. יעדער איינער איז מחויבֿ צו געבן ברויט צו די אָרעמע לײַט. צו פֿאַרגעסן אָן דעם איז אַ חטא, וואָס ווערט באַשטראָפֿט [פּרק 73]. דער, וואָס דערווײַזט ניט קיין דרך־ארץ פֿאַר ברויט, וועט ווערן אַ קבצן [פּרק 43]. דער "בראַנטשפּיגל" איז קעגן די, וואָס עסן צו פֿיל. דער שׂמאל מיט זײַן רעדל שדים קומען אויף רײַכע סעודות, וואָס מען מאַכט אין מיטן דער וואָך אָן אַ רעליגיעזער כּוונה, און שטויסן מענטשן צו חטא [פּרק 44]. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז עס אַ גרויסע מיצווה צו דערנערן די אָרעמע. דער בעל־צדקה באַקומט אַ צייכן אויף זײַן פּנים, וואָס באַשיצט אים פֿון בייז [פּרק 30]. אויך מוז מען זיך זאָרגן פֿאַר תּלמידי־חכמים. דער, וואָס גיט זיי עסן, טרינקען און אַנדערע זאַכן, האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַן עשיר סײַ אין דער איצטיקער וועלט און סײַ אין דעם עולם־הבא [פּרק 31].

נאָך איבערלייענען פֿון אָט די פֿראַגמענטן ווילט זיך שטעלן צוויי פֿראַגן. ערשטנס, צוליב וואָס דאַרף מען זיך פֿאַררופֿן דווקא אויף די "חכמי הקבלה" אין די פֿאַלן, ווען מען קאָן באַרעכטיקן די זעלביקע אידעע אָדער מינהג דורך דעם תּנ״ך אָדער רבנישע קוואַלן? און צווייטנס, פֿאַר וואָס פֿעלן דאָ כּמעט אין גאַנצן ציטאַטן פֿון "ספֿר חסידים" און אַנדערע ספֿרים פֿון חסידי־אַשכּנז, בפֿרט וואָס שײַך כּלערליי שדים און בייזע רוחות? די דאָזיקע פֿראַגן קאָן מען פֿאַרענטפֿערן ערשט, ווען מען פֿאָרשט די דאָזיקע ליטעראַטור טיפֿער.

דאָס באַווײַזן זיך פֿון קבליסטישע מאָטיוון אין דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור איז אַ טייל פֿון דער ברייטערער טענדענץ אינעם ייִדישן געדאַנק, וואָס הייבט זיך אָן אינעם 16טן יאָרהונדערט. עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך פֿאַלן, ווען די מחברים פֿון לשון־קודשדיקע ספֿרים, וואָס זײַנען אַליין ניט געווען קיין מקובלים, פֿאַררופֿן זיך אויף דעם "זוהר", ווי אויף אַן אַלטן מדרש. אינעם אָנהייב פֿונעם 17טן יאָרהונדערט האָט ר׳ יום־טובֿ ליפּמאַן העלער קריטיקירט אין זײַן דרשה יענע מחברים, וועלכע האָבן אַנטפּלעקט אין זייערע כּתבֿים קבליסטישע סודות פֿאַרן ברייטערן עולם. אָבער דערבײַ האָט ער אַליין אויסגעטײַטשן פּסוקים פֿונעם "זוהר" ווי אַ מדרש, ניט קיין קבלה. מיט יאָרן שפּעטער האָט זיך דער מצבֿ געביטן. דער זעלביקער ר׳ יום־טובֿ ליפּמאַן העלער האָט אין 1648 געגעבן זײַן הסכּמה אויפֿן ספֿר "עמק המלך" פֿון ר׳ נפֿתּלי בכרך, וואָס איז איינע פֿון די ערשטע עפֿנטלעכע אויסלעגונגען פֿון דער קבלה, לויט דעם שניט פֿון ר׳ יצחק לוריא.

צום סוף דאַרף מען אויך דערמאָנען דעם ספֿר "נשמת חיים" פֿון ר’ מנשה בן ישׂראל, וואָס איז אַרויס אין אַמסטערדאַם אין 1652. דער דאָזיקער מחבר באַגרינדעט די אידעע פֿון אומשטערבלעכקייט פֿון דער נשמה כּמעט אויסשליסלעך מיט קבליסטישע מקורים. אָבער, ווי עס האָט באַמערקט פּראָפֿעסאָר יוסף דן, פֿעלן דאָ די טעאָסאָפֿישע באַגריפֿן, וואָס מען האַלט כאַראַקטעריש פֿאַר קבלה.

ביז די לעצטע יאָרן האָט די מאָדערנע וויסנשאַפֿט פֿאַרשטאַנען די קבלה קודם־כּל, ווי אַ געהיימע טעאָסאָפֿישע תּורה. אָבער ווען מען פֿאַרברייטערט דעם דאָזיקן באַגריף און מע נעמט אין באַטראַכט אויך די ניט־געהיימע אַספּעקטן פֿונעם ספֿר "זוהר" און אַנדערע קבליסיטשע חיבורים, דאַרף מען אײַנשליסן אויך די עלטערע ייִדישע ליטעראַטור אינעם גערעם פֿון די זשאַנערס, וואָס זײַנען באַווירקט געוואָרן דורך דער קבלה זינט דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 16טן יאָרהונדערט.

[אַ גרעסערער וויסנשאַפֿטלעכער נוסח פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל איז דערשינען אונטערן טיטל Kabbalah and Early Modern Yiddish Literature Prior to 1648. Revue des Etudes Juives, 168, 3—4 (2009): 505-518.

ספֿר "בראַנטשפּיגל", האַנאַו, 1626 (פֿאַרטײַטשט אויף מאָדערנעם ייִדיש)

איר פֿרומע לייט קומט אַהער

און קויפֿט מײַן אונטערווײַזונג און לערנט.

זי איז אַזוי גוט און עבן

און ברענגט דעם מענטשן צו אייביקן לעבן.

אים גן־עדן צו זיצן מיט גרויסן פֿריידן.

זאָל עס זײַן מענער, ווײַבער אָדער מוידן.

ווער זיך נערט וויל דערנאָך האַלטן

אויך אויף דער וועלט ווערט ער אַלטן.

דאָס האָט מחבר געוועזן החבר ר׳ משה איש ירושלמי הנקרא בפֿי כּל ר׳ משה הענוכס.

פּרק 5׃ און אַזוי שרײַבן די חכמי־הקבלה׃ ווען דער קלוגער שטאַרבט און האָט זיך געפֿאָרכט פֿאַר הקדוש־ברוך־הוא מיט ליבשאַפֿט, און האָט געהאַלטן אַלע זײַנע געבאָטן, און האָט זײַנע געדאַנקען ניט פֿאַראומגערייניקט, און איז קיין שפּאָטער געוועזן, און האָט ניט גערעדט לשון־הרע, און האָט געיאָגט נאָך מיצוות, און האָט מדין דין געוועזן און מיצוות, און וווּ ער מיט וואָס וואָלט פֿאַרפֿעלט עפּעס, דאָ האָט ער חרטה דערויף. דאָ קומען אלי מלאכים מיט צדיקים דער ריינער נשמה אַנטקעגן און הייבן זי אויף מיט גרויסן כּבֿוד און אין גרויסן פֿריידן און דערגייען זיך מיט איר אין גן־עדן און ווערן זיך געזעטיקט מיט שיין און קלאָרקייט פֿון דער הייליקער שכינה און שרײַען איינער דעם אַנדערן מיט זיסער שטים "דו ביסט מײַן גאָט". דאָ ענטפֿערט אים הקדוש־ברוך־הוא מיט פֿריילעכן אָנזיכט און זאָגט׃ "קום, געבענטשט פֿון גאָט! ווויל איז צו דיר, דו האָסט זיך געפֿאָרכט מיט ליבשאַפֿט פֿאַר מיר."

פּרק 18׃ די חכמי־הקבלה שרײַבן׃ ווען מען וויינט פֿון האַרצן, דעמאָלט נעמט דער מלאך די טרערן און טראָגט זיי פֿיר הקדוש־ברוך הוא.

פּרק 44: אין מסכת פּסחים שטייט׃ ווען מען מאַכט אַ סעודה, וואָס איז ניט לשם שמים, יענעם מענטשן ווערט זײַן הויז צעשטערט, און זײַן ווײַב ווערט צו אַן אַלמנה, און די קינדער צו יתומים. און ער וועט ברענגען אַ בייזן רוף אויף זײַנע קינדער און קינדס־קינדער ביז צום לעצטן דור. אָבער אויב מען מאַכט אַ סעודה לשם שמים און מע בעט ערלעכע לײַט, און זיי זיצן איבער דעם טיש בסבֿרה און בתּרבות. קיינער עסט נישט מער, וואָס איז נייטיק צו שטאַרקן דעם גוף און צו דינען גאָט מיט פֿאָרכט. דעמאָלט בענטשן די מלאכים אַלעמען, וואָס זיצן דאָ בײַ דער סעודה, און דאָס עסן זאָל זיי ווויל באַקומען, און אַלע זייערע מעשׂים זאָלן זײַן אָנגענעם פֿאַרן הקדוש־ברוך־הוא.

פּרק 49. מען מוז זײַן זייער אָפּגעהיט און ניט ווערן אין צאָרן, וואָרן פֿון צאָרן קומט אַ סך בייז. [...] און די חכמי הקבלה שרײַבן׃ דער, וואָס אליהו הנבֿיא באַווײַזט זיך צו אים, קומט אינעם אייביקן לעבן און איז זוכה צו דער תּורה. [...] די חכמי הקבלה שרײַבן׃ אַ מלאך זיצט איבער דעם גיהנום; ער הייסט טפֿסרוני און האָט אונטער זיך אַ סך בייזע מלאכים, וואָס אַלע וואַרטן אויף דעם מענטשן, ווען ער ווערט אין כּעס. און ווען מען איז אין כּעס און וואַרפֿט עפּעס פֿון דער האַנט פֿון כּעס, דעמאָלט נעמען זיי דאָס, וואָס ער האָט געוואָרפֿן און טראָגן עס אַהער פֿאַרן מישפּט, און זאָגן׃ דאָס איז אַ קרבן, וואָס מען האָט אונדז געבראַכט. דעמאָלט שרײַט מען אויס ווי דעם מענטשן, וואָס האָט געדינט צו פֿרעמדע אָפּגעטער. און ער פֿאַרלייקנט זײַן הערן אין זײַן כּעס.

אין "ספֿר חסידים" שטייט אַ מעשׂה׃ איינער איז געווען נאָענט צו שטאַרבן, און האָט געמאַכט אַ צוואה פֿאַר זײַן זון׃ "ליבער זון, דו האָסט מיך גאָר ערלעך געהאַלטן בײַ מײַן לעבן. איך בעט דיך, האַלט מיך נאָך מײַן טויט אויך ערלעך, און געדענק אַלע צײַט צו טאָן, וואָס איך דיר באַפֿעל. אַלע דײַנע טעג האַלט זיך פֿון צאָרן." ער זאָגט אים צו, און דער פֿאָטער איז געשטראָבן. און דער זון איז געגאַנגען אינעם ווײַטן וועג, אין אַ פֿרעמדן לאַנד. און ער האָט איבערלאָזט אין דער היים זײַן ווײַב, וואָס איז געווען טראָגעדיק, אָבער ער האָט עס נישט געוווּסט.

ער איז נישט געווען אין דער היים עטלעכע יאָר. איין נאַכט קומט ער צוריק און גייט צו דעם חדר, וווּ זײַן ווײַב איז געלעגן, און הערט, אַז זי האָט אַ געוויקסיקן ייִנגל בײַ זיך, און האָט דעם ייִנגל געקושט. ער איז געוואָרן אין כּעס און האָט אַרויסגעצויגן זײַן שווערד און האָט אין זינען געהאַט זיי ביידע אומצוברענגען. אָבער ער האָט זיך דערמאָנט, אַז ער האָט צוגעזאָגט זײַן פֿאָטער, אַז ער וועט זיך היטן פֿון צאָרן, און האָט זײַן שווערד אַרײַנגעשטעקט צוריק. אין דעם מאָמענט האָט ער געהערט, ווי זײַן ווײַב האָט גערעדט צו דעם ייִנגל׃ "עס איז שוין אַ לאַנגע צײַט, זינט דײַן פֿאָטער איז אַוועק. און ווען ער וואָלט געוווּסט, אַז ער האָט אַזאַ גרויסן זון, וואָלט ער פֿאַר דיר שוין געפֿונען אַ ווײַב. אַז ער הערט פֿון זײַן ווײַב, אַז דאָס ייִנגל איז זײַן זון, פֿרייט ער זיך, אַז ער האָט דערהאַלטן זײַן צאָרן. [...]

און ווען מען באַדאַרף זײַנע קינדער אָדער זײַן געזינד צו שטראָפֿן, זאָל מען זיי שטראָפֿן מיט ווינציק צאָרן. און זאָגן אַזוי, מיט ווייכע ווערטער׃ "ליבע קינדער, איר מוזט אַזוי טאָן, און דאָס איז נישט רעכט. מערק אויף, וואָס איך הייס אײַך צו טאָן. קיינער ווערט ניט געבוירן אַ מײַסטער. מען מוז לערנען און אונטערווײַזן."

די הכמי הקבלה שרײַבן׃ איטלעכער מענטש האָט אַ ביינדל אין זײַן לײַב, וואָס ווערט ניט פֿאַרפֿוילט. און ווען מען שלאָגט דערויף מיט אַ האַמער, קאָן מען עס ניט צעשלאָגן, און אין פֿײַער פֿאַרברענט עס ניט, און וואַסער טוט אים אויך ניט קיין שאָד. ווען אַ מענטש קומט אום, זאָל זײַן אין פֿײַער אָדער אין וואַסער, אָדער מען וועט דערשלאָגן, בלײַבט דאָס ביינדל גאַנץ אַלע צײַט. און ווען עס קומט די צײַט, אַז די טויטע זאָלן ווערן לעבעדיק, דעמאָלט קומט דאָס אויפֿשטיין פֿון אָט דעם ביינדל. אָבער ווען מען האָט בייזע מידות, דעמאָלט פֿאַרפֿוילט דאָס ביינדל, און דער זעלביקער מענטש קאָן ניט ווידער אויפֿשטיין און ווערן לעבעדיק מיט אַנדערע טויטע.

פּרק 35. די חכמי הקבלה שרײַבן: ווען מיכאל כּהן גדול אויבן זאָגט, אַז דער מאַן אָדער די פֿרוי זײַנען אומריין, און איר נשמה איז ניט ווירדיק צו רוען בײַ אונדז — פֿאַר אַזאַ מענטש איז בעסער ניט געבוירן צו זײַן. [...] ווען מיכאל זאָגט, אַז די נשמה איז ריין און נעמט זי צו זיך — זאָגן די חכמים, אַז מיכאל ברענגט די ריינע נשמות צו קרבן. דעמאָלט קומט די נשמה אין כּבֿוד צו די צדיקים און צדקות אין גן־עדן. [...]

און די חכמי הקבלה שרײַבן׃ ווען אַ פֿרוי פֿאַרזוימט איר רעכטע צײַט פֿון דער טבֿילה, און זי גייט וואַנדערן גלײַך נאָך דער טבֿיל, דאָ קומען די רוחות און בלאָזן אויף איר אָן, אַזוי אַז זי ווערט ווידער אומריין. [...] און ווען די צײַט פֿון דער טבֿילה קומט, דעם פֿרײַעם טאָג צו נאַכט, און דער מאַן איז אין דער היים, דעמאָלט זאָל זי די טבֿילה ניט פֿאַרזוימען. און ווען ער איז ניט אין דער היים, דעמאָלט זאָל זי זיך ניט טובֿל זײַן. [...]

פּרק 30: די חכמי הקבלה שרײַבן׃ דער, וואָס שפּײַזט די אָרעמע לײַט, איז בעסער, איידער דער, וואָס ברענגט קרבנות. און ווען גרויסע צרות קומען אין דער וועלט, און הקדוש ברוך הוא שיקט מלאכים צו פֿאַרדערבן אַלץ, גוטס מיט בייז. און בײַ די, וואָס געבן צדקה, מאַכט ער אַ צייכן אויפֿן פּנים, דאָס הייסט, אַ פֿאָדעם פֿון חסד. און ווען די מלאכים זען אָט דעם צייכן, טאָרן זיי אים ניט אָנרירן.

פּרק 41. און די חכמי הקבלה פֿאַרווערן, מען זאָל ניט שרײַען אין דער שיל. מען טאָר ניט רעדן הויך. דען אַלע די, וואָס רעדן הויך אָדער שרײַען אין דער שיל, האָבן ניט קיין גאָטס פֿאָרכט אין זיך. אויך האָבן זיי ניט קיין חלק אין דער שיל. און אויב זיי האָבן פּלעצער אין דער שיל, דעמאָלט קומט עס אויס, אַז זיי פֿאַרקויפֿן אָדער פֿאַרזעצן זיי, אָדער מען נעמט זיי צוריק פֿאַר די חובֿות פֿון זיי אָדער זייערע קינדער.